שמחה כפולה ביי "הכנסת ספר תורה" ומעמד "חנוכת הבית" פאר בנין החדש פון ישיבה לצעירים דסאטמאר אין וויליאמסבורג

מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


מיט א רגש של שמחה איז געפייערט געווארן די פריילעכע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום נייעם פראכטפולער בנין הישיבה "בנין בראך" פון די סאטמארער "ישיבה לצעירים" אין שטאט וויליאמסבורג וואס איז בשעטומ"צ באנייט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק, די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנגיד רבי אברהם בראך הי"ו נדבן ופטרון הישיבה.

די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות וואס איז ספעציעל אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג לכבוד המאורע, צום ערשט איז די רבי ערשינען בשעת די ריקודי קודש אינעם היכל הישיבה, ווי די רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע וויילע, דערנאך האט די רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א העומד בראש הישיבה צו טאנצן מיטן ספר תורה, און דערנאך האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מען האט אריינגעפירט די ספר תורה לארון הקודש.

אינצווישן איז די רבי ערשינען אינעם דערנעבענדיגן בנין פון ישיבה קטנה דסאטמאר סניף נזר התורה וואס שטייט אונטער די הנהלה פון הרב יואל ראזענבערג הי"ו, ווי די רבי שליט"א האט געדאוונט מנחה און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים אנגוונטשן פארן מנהל, די רמ"י און תלמידי הישיבה און משמיע געווען דברות קודש מיט דברי הדרכה צו שטיין פעלסן פעסט קעגן די נסיונות הזמן, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה לימים הנוראים הממשמש ובא, און לקראת דאס ארויספארן אין קעמפ וואס איז א זמן פון התחדשות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

שפעטער פארנאכטס האט די רבי באשיינט די סעודה לגומרה של תורה אינעם היכל הישיבה בשילוב די צענטראלע מעמד חנוכת הבית צום באנייאונג פון די בנין הישיבה, אנהייב מעמד האט מען געהערט ווארימע דרשות פון הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג וואס האט מאריך געווען בשבחו פונעם חשובן בעל שמחה ונדבן הישיבה הנגיד ר' אברהם, און פון א איידעם פונעם נדבן הרב ר' וואלף מאיר ווייס, הרב אלעזר מענדל פילאפ, און הרב יואל מיטעלמאן.

צום הויכפונקט האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, אנהייבנדיג מיט דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט איבער אויפשטיין פארטאגס זאגענדיג אז ווען א בחור שטייט אויף פארטאגס לערנען ווייסט מען אז ער איז א ערליכע און חשובע בחור, דאן האט די רבי ארומגערעט איבער חבורת תורתך שעשועי וואס מען הייבט א צינד אן די צווייטע מחזור און שטארק מחזק געווען די אלע וואס שליסן זיך אן אין די הייליגע חבורה, און די געוואלדיגע חשיבות דערפון ביים אייבערשטן.

די רבי האט מסיים געווען בשבחו פונעם חשובן נדבן וועלכע לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער לטובת הישיבה, און אזוי אויך פאר די קעמפ פון די ישיבה, און צוגאב צו זיין אנסטראנאמישע נדבות לטובת הקהילה, די רבי האט איהם אנגעוונטשן בברכות לרוב, און צוגעלייגט א ברכת הצלחה פאר בנו הגה"צ די רב שליט"א ראש הישיבה, און פאר אלע מגידי שיעורים און תלמידים.

נאך די דברות קודש האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב אויפן אויבן אן וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ