מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א גינסטיגע דורכברוך צו הייבן די היימישע עקאנאמיע אין ארץ ישראל, איז פראקלאמירט געווארן דורך ק"ק בעלזא איבער אן ערשטמאליגע היימישע "ביזנעס עקספאו" אין ארץ ישראל, וואס ווערט בהסכמתו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אפגעראכטן דורך די בעלזע קהלה פאר אלע אירע טויזנטער חסידים וואס וועלן דערביי קומען פארשטעלן זייערע ביזנעסער און מקיים זיין דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".
ווי ברייט באקאנט גייט שוין אן א שיינע פאר יאר דער איינפיר פון א "ביזנעס עקספאו" אין אמעריקע, וואס ווערט כסדר אפגעראכטן מיט סוקסעס דורך די גרעסערע קהילות הקודש, און טאקע די בעלזע קהלה אין ניו יארק איז געווען פון די סאמע ערשטע דאס איינצופירן ביים היימישן ציבור אין ניו יארק, אצינד איז אבער דער חידוש פון אן עקספאו אין ארץ ישראל, זייענדיג ערשטמאליג בעולם החסידות בארצינו הקדושה.
די עקספאו ווערט אראנזשירט דורך די ארגון "אהבת חסד" דחסידי בעלזא, און וועט פארקומען דעם קומענדיגן כ"ז תמוז, מיטוואך מטות מסעי, אין די גיגאנטישע פעסטונג פון "בניני האומה", וואס וועט ווערן מוסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט הונדערטער בוטס מיט אלע ערליי ביזנעסער פון חסידי בעלזא, און מיט די מאקסימום מעגליכקייט אויפצונעמען די פילע טויזנטער באזוכער פונעם חרדי'שן אידנטום אין ארץ ישראל.
א העפטיגע שוואונג שוועבט אין אלע בעלזע שטיבלעך אין ארץ ישראל, וואו דער ציבור שליסט זיך אן מיט'ן ארויסשטעלן זייערע ביזנעסער און סחורה אלס עקזיביטאר ביים גרויסן עקספאו, וואס אנטשפרעכט צו ברענגען א דראסטישע עקאנאמישע הייב-קראפט ביי אחב"י תושבי ארה"ק.