שבת של שמחה בצל האד' מוויזניץ לרגל שבת באווארפן פון נכד גיסו הגה"צ אבד"ק מאור חיים צפת שליט"א

מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין בני ברק איז דעם שבת פארגעקומען די עליה לתורה פון צען חתנים בלי עין הרע, טייל פון די חתנים האבן חתונה אין לויף פון די קומעדיגע צוויי חדשים בעת די רבי שליט"א וויילט אין שווייץ למנוחת הנפש.

צווישן די חתנים איז געווען דער חתן אייניקל פונעם רבינס שוואגער הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת, זון פון זיין זון הרב שמעון ארנסטר איידעם פון הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, לכבוד די שמחה האבן די חשובע זיידעס געוויילט אויף שבת בצל הקודש.

מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות, די רבי האט מכבד געווען די שוואגער הגה"צ אב"ד מאור חיים שליט"א פארצוזינגען אודה, און משמיע געווען שיחת קודש און דברי הדרכה פארן חתן, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן מיטן חתן, און די רבי איז באזונדער געטאנצן א ריקוד מיטן שוואגער אבד"ק מאור חיים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ