מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן דינסטאג האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א מופיע געווען בהדרו אין שטאט בני ברק צו די באשיינען א משפחה שמחה, די חתונה א אייניקל ביים שוואגער הגאון רבי אברהם זאנענבאד נכד הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זי"ע, די חתן איז א זון פון הרה"ג מאיר זאנענבאד שליט"א מראשי ישיבת אמשינוב אין ביתר, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון היכלי מלכות אין בני ברק, זייענדיג א געלעגנהייט פאר תושבי בני ברק נהנה צו זיין מאורו הבהיר פונעם רבי'ן שליט"א בעידנא דחדוותא.
ארום ניין דרייסיג אויפדערנאכט איז די רבי ערשינען אינעם זאל צום מעמד הקבלת פנים, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, און איז דערנאך ארויס צום חופה ווי ער איז מכובד געווארן מיט סידור חופה וקידושין. נאכן חופה האט די רבי געוונטשן מזל טוב פאר חתן און מחותנים, און דערביי באגלייט דעם חתן כלה צום יחוד שטיבל, דער רבי שליט"א האט כמנהגו אויסגעווארט ביז נאכן זמן היחוד וואו דער רבי איז זיך נוהג אלס דער מסדר קידושין, ווען אינצווישן האט די רבי געזאגט תורה פאר די עדים און שושבינין.
א קורצע צייט דערויף איז די רבי ערשינען אינעם זאל צו די שמחת החתונה, ווי די רבי האט טועם געווען פון די מזונות, מען האט אופגעגעבן די מאכלים, און מען האט געזינגען די זמירות כנהוג אין אמשינוב. די רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן די חתן און בעלי שמחה און דערנאך לכל הקהל הקודש, חסידים ואנשי מעשה און הונדערטער תושבי העיר וועלכע האבן אין לויף פון די נאכט באלאגערט דעם זאל צו כאפן א בליק בזמן שהצדיק בעיר. דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן האדמורי"ם מסטריקוב, טרעבישאן, הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך אב"ד אביר יעקב תל אביב, און נאך רבנים חשובים.
דערנאך איז די רבי אראפ צום צענטער פון זאל און געטאנצן אינעם רינג מיט די בני המשפחה כאחד האדם, באזונדער איז דער רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים. בשעה 12:00 האט די רבי פארלאזט בני ברק אויפן וועג צוריק למעון קדשו אין ירושלים עיה"ק.