שיינעם שמחת נישואין בבית מאור חיים – לעלוב – מאקאווא געפראוועט בחוצות ירושלים

דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די שיינע רבישע שמחה בבית מאור חיים – לעלוב – מאקאווא. בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הרב אברהם דוד ארנסטר  ממצוייני תלמידי ישיבת וויזניץ, א זון פון הרה"צ ר' שמעון ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אליעזר ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים צפת, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אשדוד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב, זון פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים זצ"ל.

ביי די שמחה וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די זאַַלן פון "מאנדיאל" אין ירושלים האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור ידידים ומעריצים פון אַַלע צדדים, ובפרט פילצאליגע וויזניצער חסידים וואס האבן זיך באטייליגט מלובש בבגדי שבת. 

ביי די שמחה האבן זיך משתתף געווען בראש המסובים האדמור"ים מבאיאן, ביאלא, דאראג, וויזניץ בית שמש, דזיקוב וויזניץ, גאב"ד מאקאווא, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים, שידלובצא, סטראפקוב, שומרי אמונים ירושלים, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, מיאלען, לעלוב בראנוביץ, לעלוב ירושלים, לעלוב בית שמש, באסטאן, גאב"ד קרית צאנז ירושלים און נאך.

שפּעט ביינאכט איז דער גרויסער פעטער כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ערשינען און אפגעכטן דעם געהויבענעם מצוה טאנץ לכבוד השמחה בבית גיסו שליט"א.

די רבי שליט"א איז ערשינען בשעת די סעודת החתונה פארן בענטשן, און איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, דאן האט דער בדחן ר' מרדכי זעלפריינד הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן צום מצווה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיטן שוואגער הגה"צ אב"ד מאור חיים צפת שליט"א.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ