דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק י. JDN
די ילדי חמד, תלמידים פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה "קדושת מרדכי" לעלוב אין בארא פארק האבן פארלאפענעם וואך געהאט די זעלטענע זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א – נשיא המוסדות, און זיך פארהערן אויף די לימודים בין כותלי התלמוד תורה שטייענדיג ביים ענדע פונעם שנת הלימודים העעל"ט.
די רבי שליט"א האט פערזענליך פארעהערט די ילדי החמד אויף בלעטער גמרא וואס זיי האבן קונה געוועהן דורכאויס דעם לערן יאהר, און ליבליך געשמועסט מיט זיי בגודל מעלת לימוד התורה, דערנאך זענען אלע קינדער דורך איינציגווייז ביים רבי'ן שליט"א וועלכע האט פארטיילט פאר יעדן קינד א תהילים לאות הוקרה והערכה, באגלייט מיט א ווארימע ברכת קודש. באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן די מלמדים, כלי קודש, און די הנהלת התלמוד תורה.