געהויבענער חתונה בבית הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א פארגעקומען אין מאנסי

דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי סאטמאר האבן זיך די וואך מיטגעפריידט בשמחתו פון הגה"צ אבדק"ק סאטמאר 15-טע עוו. שליט"א ביים שמחת החתונה פון פון אייניקל וואס איז אפגעראכטן געווארן בסימן טוב ומזל טוב, פון הכלה אייניקל פון רב שליט"א, טָאכטער פון בנו הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א אבדק"ק סיגוט-מאנסי, חתן הרה"ג רבי מאיר טייטלבוים שליט"א, עב"ג החתן זוהן פון הרה"ג רבי יהושע העשיל זילבער שליט"א, בן הגאון הצדיק רבי גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א, וחתן הגה"צ רבי מנשה כ"ץ שליט"א אבדק"ק פריימאן. די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין די שטאט מאנסי, וואו דער אבי הכלה פירט אן דעם שיינעם ביהמ"ד דק"ק סיגוט. שפעט ביינאכט האט דער גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען און אפרעכטן דעם געהויבענעם מצוה טאנץ לכבוד השמחה בבית אחיו שליט"א.

ביים אנקומען צו די שמחה האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר אחיו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, און פארן גאנצן ציבור. מען האט דאן געבענטשט ברכת המזון און דער רבי האט געזאגט ברכה אחריתא.

דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין מיט ווארעמע חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן, און דערנאך מיט משפחת אחיו הגה"צ שליט"א, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ