דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק ג., JDN
פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי קרית יואל, האבן זיך באטייליגט ביים סעודת ראש חודש בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכע האט צום ערשטן מאל געפראוועט א טיש אין שטאט קרית יואל, נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת פארלאפענעם זומער.
דער רבי איז אנגעקומען אין שטאט אין די פארנאכטס שטונדן און האט איבערגעגעבן א שיחת התחזקות פאר די חבורה בחורי סקולען תושבי קרית יואל, וואס באטייליגן זיך ביי די וועכענטליכע חבורות, און ארומגערעט דברי הכנה לימי הקיץ.
שפעטער נאך מעריב איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד ספינקא אויף ליזענסק דרייוו וואס איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש און פארגעזינגען די סקולענער ניגונים כנהוג, וועלכע האט אויפגעברענגט נאסטאלגישע געפילן, זיך דערמאנענדיג די לעכטיגע זמנים בצל קדשם פון צדיקי בית סקולען לדורותיהם, ווען זיי האבן געפראוועט זייער הייליגע עבודה אין שטאט קרית יואל.
צום קלימאקס האט דער רבי משמיע געוועהן לענגערע דברות קודש און ארומגעשמועסט דברי הכנה והדרכה לימי הקיץ.
ביים טיש האבן זיך אנגעזען הגה"צ אב"ד בעהוץ שליט"א און הגה"צ ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א רב שכונת ברוך טעם אין קרית יואל בן כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א.
מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ג ר' זושא ניימאן שליט"א רב ביהמ"ד ספינקא קרית יואל, און נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור דורך זאגן לחיים. עס איז שוין געוועהן אין די שפעטע נאכט שעהן ווען דער רבי האט פארלאזט קרית יואל לביתו נאווה קודש אין בארא פארק.