גרויס שמחה צווישן חסידי סאטמאר צום שידוך שליסן פון צווייטן איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

מאנטאג פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


בשמחה עצומה האָָבן סאַַטמאַַרער חסידים זיך געוואונטשן ברכת מזל טוב, לרגל די שמחה גדולה בחצר הקודש, דער קישור החיתון פון נאך אַַן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאַַטמאַַר שליט"א וואָָס איז געשלאָָסן געוואָָרן בשטומ"צ בסימן טוב ובמזל טוב, ווען עס איז נכנס לברית האירוסין הכלה אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאַַטמאַַר-וויליאַַמסבורג שליט"א חתן דודו הגה"צ גאב"ד סאַַטמאַַר-באָָראָָ פּאַַרק שליט"א, טאָָכטער פון זיין זוהן הרה"ג רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק ראַַצפערט פון באָָראָָ פּאַַרק חתן כ"ק אדמו"ר ממאָָשלוי שליט"א, איר אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאַַלוב שליט"א לרפו"ש, עב"ג החתן זוהן פון הגה"צ רבי חיים צבי ראטטענבערג שליט"א אבד"ק פינטשוב, בן כ"ק הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאָָוו זצ"ל, וחתן הגה"צ בנש"ק רבי זאב אַַנפאַַנג שליט"א מדאָָמבראָָווא.

די שמחת התנאים איז אפגעראכטן געווארן דעם דינסטאג אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף הופפער סט. אין וויליאמסבורג ביי וועלכן עס האבן זיך מיטגעפריידט טויזנטער חסידים זקנים עם נערים. צום ערשט האט מען מקבל געווען בשירה וזמרה דעם חתן און די מחותנים, אין שפּיץ פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א. גלייך אין אָָנהויב האָָט מען געהערט די וואַַרימע ווערטער פונעם זיידן, דער וויליאַַמסבורגער רב שליט"א, און דאן האָָט מען געהערט א דרשה דורכן מחותן אבי הכלה אבד"ק ראצפערט, וועלכע האָָבן ביידע אַַרויסגעברענגט די רגשי הלב צו דער גרויסער שמחה.

קורצליך דערויף הָאט מען געהַאט די זכי' לקבל פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווערנדיג אנטפאנגען דורך די טויזנטער חסידים אין א זעלטענעם עקסטאז, דער רבי האט מסדר געוועהן די תנאים,  וואו עס זענען מכובד געוואָָרן מיט עדות  הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף גרובער הי"ו. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געוואָָרן דער עלטער-זיידע, גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.

נאָָכן קריאת התנאים האָָט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, וואו ער האט אינצווישן אַַרויסגעברענגט די גרויסע יחוס פון חתן וכלה און בפרט די שייכות פון די זיידע הגה"צ אבד"ק וואוידיסלאוו זצ"ל מיט אביו הרה"ק בעל ברך משה זי"ע און די קשר פון די זיידע הרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע מיטן הייליגן ישמח משה זי"ע, דער רבי האט דערמאנט אז סיי די חתן און סיי די כלה זענען אייניקלעך פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, און אנגעוואונטשן אז די זכות פון די גרויסע זיידעס זאל מגין זיין פארן גאנצן ציבור און אראפברענגען כל מילי דמיטב.

נאך א קורצן ריקוד איז געווען א געלעגנהייט פאר'ן ציבור צו וואונטשן לחיים פאר דעם חתן און מחותנים, און מען איז זיך צעגאַַנגען פון דער שמחה אין אַַ דערהויבענער שטימונג.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ