מאנטאג פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א.מ.ש.,JDN
בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן די שמחת הברית מילה לבן הנולד ביי הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א און איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מזידיטשויב בני ברק שליט"א, דער רך הנולד איז א אייניקל פון הרה"ק דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע.
די סעודת הוואך נאכט איז פארגעקומען אין די זאלן פון ביהמ"ד הגדול מחנובקא בעלזא אין בני ברק וואו א גרויסן ציבור האט מיטגעהאלטן די שמחה, ובראשם די קרובי המשפחה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א.
דאנערשטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית אינעם בית תפילה במעון הקודש פונעם בעלזער רב שליט"א ביי וועם דער אבי הבן הרה"צ רבי ישראל שליט"א איז מקורב למלכות. מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב שליט"א. כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און ברכות. די מוהל איז געווען הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א, עלטסטער אייניקל פונעם רב שליט"א, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, און מן הכסא הגה"צ רבי זאב ארנסטר אבד"ק מאור חיים ירושלים.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לעקיך און בראנפן וואו דער בעלזער רב שליט"א האט מכבד געוועהן די אנוועזנדע אדמור"ים מיט לחיים און עס איז ארומגעשמועסט געווארן בנועם שיח ארום עניני ברית מילה והמסתעף.
שפעטער אין טאג איז אפגעראכטן געווארן די סעודת ברית בביתו נאווה קודש פונעם פעטער כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א – א שוואגער מיטן זיידן האדמו"ר מזידישטוב, וואו דער רבי האט פארגעזינגען יום ליבשה און געזאגט תורה לכבוד די שמחה. די סעודת ברית איז געוועהן משולב מיטן סעודת ראש חודש און לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וואס איז פארגעקומען בו ביום אין ניו יארק.