דערהויבענע מעת לעת אין טאהש – אונגארן ביי מסע הקודש פון האד' מטאהש צום הילולא פון זקינו הרה"ק השרף מטאהש זי"ע

זונטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


הונדערטער טאהשער חסידים זענען נאך אונטערן טיפן רושם פון די געהויבענע מסע הקודש וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א צום עיר האבות טאהש, אונגארן, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו השרף מטאהש זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם דינסטאג כ"ח סיון, אין באגלייטונג פון פילע הונדערטער חסידים פון קרית טאהש און רחבי ניו יארק.

זונטאג מיטאג איז דער רבי מיט די פמליא ארויסגעפארן מיט א ספּעציעלן טשארטער פליגער פונעם אלבאני לופטפעלד, וואס איז געווען צוגעשטעלט אויף א פּריוואטן פארנעם על טהרת הקודש אז דער גאנצער ציבור איז אנגעקומען מיט די באסעס גלייך אריין אינעם לופטפעלד נישט ווייט פונעם ראנוועי וואו מען איז דארט שנעל אריבער די זיכערהייטס פּראצעדורן, וואס אזוי ארום האט מען בכלל נישט געדארפט אריינגיין אינעם טערמינאל, אזוי אויך האבן די עסקנים צוגעשטעלט בעפאר דעם א ברייטע סעודה אין א האטעל נעבן דעם לופטפעלד פאר די הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען צו פארן דעם לאנגן וועג קיין אלבאני.

אויפ'ן פליגער איז געווען צוגעגרייט אויף יעדן זיץ א פעקל צידה לדרך מיט עסן און ספרי קודש וואס פעלט זיך אויס פאר די נסיעה. תיכף נאכדעם וואס דער פליגער האט זיך געהויבן האט מען געהאט די זכי' אז דער רבי שליט"א האט דורכ'ן מיקראפאן משמיע געווען קורצע דברות קודש און דברי הכנה פאר'ן מסע הקודש און געוואונטשן מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.

אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן האט מען געלאנדעט אין בודאפּעסט וואו דער רבי מיט'ן עולם האבן זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום עיר האבות טאהש, אנקומענדיג איז מען תיכף צוגעפארן צום בנין הכנסת אורחים שע"י חצר הקודש טאהש וואס איז געווארן ספּעציעל אויסגערישט לכבוד דעם מסע קודש מיט אלע געברויכן.

ארום זיבן אזייגער נאכמיטאג איז פארגעקומען בראשות דעם רבי'ן דער מעמד התחדשות פונעם היסטארישן 'גערטל' אין א ספּעציעלן שאטער באותו מקום וואו די צדיקי בית טאהש זי"ע האבן אפּגעראכטן זייער עבודת הקודש און גע'פועל'ט ישועות פאר אידן, זייענדיג דאס ערשטע מאל נאך 80 יאר וואס אידן האבן מתפלל געווען אויף דעם מקום קדוש, דערביי איז פארגעקומען דער מעמד סיום כתיבת ספר תורה אריינגעגעבן דורך די גבאים ומשמשים בקודש פון הרה"ק מטאהש זי"ע ויבחלט"א ביים רבי'ן שליט"א, וואס הרה"ק מטאהש האט נאך בחייו אריינגעשריבן דערין עטליכע אותיות, דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דאן מכבד געווען די נגידים ותומכים און רבני ודייני הקהלה אריינצושרייבן אן אות, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט מען באנייעט געווען דעם מקום קדוש מיט די באשטימטע קאפּיטלעך תהלים און אמירת י"ג מדות של רחמים, און דער רבי האט פארגעזאגט די פיוטים 'ידיד נפש' און 'אדון הכל' מיט'ן נוסח המקובל פונעם בעל ההילולא כנהוג ביי די הקפות אין טאהש.

מיט הגבה האט דער רבי מכבד געווען דעם נדיב הספר תורה און עמוד התווך פון חצר הקודש טאהש הנגיד ר' בנימין פיליפּסון פון מאנסי, און דערנאך האט דער רבי אפּגעראכטן די ריקודי קודש אינעם צענטער פונעם שאטער וינועו אמות הספים, דערנאך האט מען געליינט די קריאת הפרשה זייענדיג משלים פון שחרית וואס מען האט געדאווענט אויפ'ן פליגער, וואו דער רבי האט עולה געווען לוי און דער נדבן ר' בנימין האט עולה געווען שלישי און געמאכט א ברכת שהחיינו.

מאנטאג ביינאכט בליל ההילולא איז דער רבי אריינגעקומען אינעם שאטער און פארגעדאווענט מעריב מיט גרויס התעוררות, און דאן איז מען צוגעפארן צום ספּעציעלן שאטער ביים הכנסת אורחים וואו ס'איז פארגעקומען דער גרויסארטיגע סעודת הילולא משולב מיט'ן סעודה לגומרה של תורה, וואו דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דברות קודש און האט אויפגעפאדערט דעם ציבור צו גיין אין די הייליגע וועגן פונעם ראש השושלת דער בעל ההילולא זי"ע, און דאן האט דער רבי געבענטשט על הכוס.

תיכף דערנאך כחצות הלילה איז דער גאנצער ציבור בראשות דעם רבי'ן ארויף צום ציון הקדוש וואו מען האט א לענגערע צייט אויסגעזאגט דעם גאנצן ספר תהלים בהשתפכות הנפש, און דאן האט דער רבי פארגעזאגט דעם יהי רצון מיט די י"ג מדות של רחמים וואס איז געווען בוקע רקיעים, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פון זקינו הרה"ק ר' אלימלך מטאהש זי"ע און געזאגט א ספר תהלים.

עס האט שוין אנגעהויבן טאגן ווען דער ציבור האט פארלאזט דעם ציון הקדוש מיט א האפענונג אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס, און מען איז תיכף צוריקגעפארן צום שאטער אויף תפלת שחרית וואו דער רבי האט געדאווענט פאר'ן עמוד, און נאכ'ן דאווענען איז אפּגראכטן געווארן א מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען פּאסיגע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ