תעלוץ קריה: פייערליכע שמחת החתונה אפגעראכטן בחצר הקודש בעלזא | ברייטע דעקונג

מיטוואך פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


בקול צהלה רנה והמון חוגג האבן פילע טויזענטער בעלזער חסידים מיטגעלעבט די פייערליכע חתונה בחצר הקודש וואו זיי האבן זיך מיטגעפריידט בשמחת רבם ומאורם, ווען ס'איז געגאנגען אונטער די חופה הכלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א איידעם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט'ן חתן הרב אלימלך פענסטער ממצוייני תלמידי ישיבת בעלזא זוהן פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער שליט"א ר"מ בישיבת בעלזא אין בני ברק.

די חתונה איז געפּראוועט געווארן מיט א ספּעציעלן דערהויבענע רגש של שמחה וחדוה עילאה, אז טראץ דעם אנגסט און פחד די לעצטע וואך אין ארץ ישראל צוליב דעם מצב המלחמה וואס צוליב דעם האט מען נישט געקענט פּראווען די חתונה אין די 'ארנה' סטעדיום ווי געפּלאנט און אנשטאט דעם איז די שמחה געפראוועט געווארן אין 'גרויסן שטוב' אין קרית בעלזא, האט מען אבער זוכה געווען אז די שמחה איז ב"ה נישט צושטערט געווארן און מען האט געקענט אפּרעכטן די חתונה אויף גאר א געהויבענעם פארנעם.

די גרויסע שטוב איז געווארן אויסגעשטעלט מיט'ן מאקסימום פּלאץ אריינצונעמען דעם ריזן צבור חסידים זקנים עם נערים, עס זענען געווען בלויז צוויי שורות פון טישן פאר די זקני החסידים און אנשים מכובדים, און פילע רייעס פון בענק פאר'ן גאנצן צבור בשעת די בחורים און אינגעלייט זענען געשטאנען אויף די הויכשטאקיגע פּארענטשעס.

אין די זעלבע צייט זענען צוגעשטעלט געווארן מראות הקודש אינעם היכל און אין אלע שטאקן פונעם בנין הביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, וואו נאך פילע הונדערטער חסידים האבן געקענט לעבעדיג מיטהאלטן די גאנצע חתונה.

פארנאכטס איז דער גרויסער ראש בית אב ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א מיט'ן חתן און מחותנים אריינגעקומען צום קבלת פנים, וואו זיי זענען אנטפאנגען געווארן לקול שירתם פון די טויזענטער חסידים, און ווי איינגעפירט ביי די לעצטערע שמחות בחצר הקודש בעלזא איז בפקודתו פונעם רב שליט"א נישט געווען קיין מוזיק נאר בלויז א פּויק ווי דער פארצייטישער מנהג אין ירושלים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דאן האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושים הרה"ג ר' יוסף צבי ברייער ראש ישיבת בעלזא אין בית חלקי', ביים קבלת פנים האבן צווישן אנדערע זיך משתתף געווען האדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א.

מיט קריאת תנאים איז מכובד געווארן דער פעטער אבד"ק מאקאווא אשדוד, דערנאך האט מען געבראכן טעלער און דער גאנצער עולם האט אויסגעשריגן מזל טוב, שפּעטער האט מען אנגעטוהן דעם חתן די בגדי קודש און ירושה קאפּלעך פון די הייליגע זיידעס און פריערדיגע צדיקים, און דאן האט דער רב געלייגט אש אויפ'ן קאפּ פונעם חתן און געשפּריצט זרעונים אויפ'ן שטריימל כנהוג.

די כתובה און קנינים איז מסודר געווארן דורכ'ן רב'ס אייניקל הרב לייבל צוויבל, וועם דער רב שליט"א האט אין די לעצטע תקופה ממנה געווען עוסק צו זיין דערמיט ביי אלע חתונות פון חסידי בעלזא אין קריה.

שפעטער איז דער רב שליט"א און די שושבינין געגאנגען צום באדעקן אין זאל פון נחלת יהודה, און א קורצע צייט דערויף זענען די חתן מיט די מחותנים ארויסגעקומען צום חופה אין חצר פון ביהמ"ד הגדול, אנדערש ווי פריער געפלאנט אז די חופה וועט פארקומען אויף א פּריוואטן פארנעם האט דער גאנצער עולם למעשה יא געקענט מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד החופה וואס איז געווען אויף א ספּעציעלע הויכע פּלאטפארמע.

דער גבאי ר' שמעון וואלף קליין האט אויסגערופן די כיבודים ביים חופה, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער גרויסער זיידע כ"ק בעלזער רב שליט"א, און מיט קריאת הכתובה הגה"צ ר' וועלוול ארנסטר שליט"א אבד"ק מאור חיים ירושלים, מיט ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די קרובי המשפחה: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, האדמו"ר מדזיקוב-וויזניץ, האדמו"ר מוויזניץ בית שמש, דער זיידע פונעם חתן הר"ר שלמה געלבשטיין, און ברכה אחריתא דער זיידע פון די כלה כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער איז א קורצע צייט פריער אנגעקומען בשעה טובה קיין ירושלים נאכ'ן זיין געשטראנדעט אין אונגארן פאר א וואך צייט ווי באריכטעט, דערנאך האט דער רב שליט"א אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן גאנצן עולם ויענו כל העם אמן בקול צהלה, און תיכף דערנאך האבן דער רב און מחותנים זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה בשעת דער ריזיגער עולם טאנצט מיט לעבעדיגע ריקודין עילאין.

נאכן חופה האט דער רב שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאווה קודש און דערנאך געוואונטשן מזל טוב פאר חתן וכלה אינעם ייחוד שטוב.

די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט פאר'ן גאנצן ציבור אינעם חצר פונעם היכל, און דערנאך איז דער עולם אריבער צום גרויסן שטוב וואו עס איז פארגעזעצט געווארן די שמחת החתונה. עטליכע מינוט נאך 10 איז דער רב אריינגעקומען צו די סעודת החתונה וואו ער איז אנטפאנגען געווארן מיט'ן געזאנג פון 'קול רנה וישועה' ווען די טויזענטער חסידים קענען נישט באהאלטן זייערע הרגשים של שמחה אז טראץ דעם שווערן מצב קען מען זיך געהעריג מיטפרייען מיט די שמחה ביים רב, דער גאנצער צבור האט געטאנצט מיט א געוואלדיגן עקסטאז און זיך געהויבן אין די לופטן אויף גאר א זעלטענעם פארנעם פאר לאנגע מינוטן נאכאנאנד, ווען אינצווישן האט דער רב זיך געוואשן צו די סעודה.

באלד נאכדעם איז דער חתן אריינגעקומען און ווידעראמאל האט א שטראם פון פרייד ארומגענומען דעם גאנצן זאל, דער רב איז געזעצן אויף זיין פּלאץ און אזוי געטאנצט א שטיק צייט מיט'ן חתן און מחותנים, ביי די סעודה האבן זיך משתתף געווען די אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה, צווישן זיי: דער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאכנובקא בעלזא שליט"א, האדמור"ים ממעליץ, זוועהיל, באסטאן ביתר, שאץ ירושלים, דינוב ביתר, הרבנים הגאונים קינדער פון מרן האדמו"ר מוויזניץ, הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר, הגאון רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אויסטראליע, די רב הראשי הגאון רבי דוד לאו, הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ, הרה"צ רבי דוד ראזנבוים בנו הגדול פון האדמו"ר מפרעשמילאן און נאך.

א לענגערע צייט האט מען געטאנצן בשירה ובזמרה בשעת דער רב איז מעודד די ניגונים, און באזונדער האט דער מחותן הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים מיטשלעפּנדיג מיט זיך דעם גאנצן צבור.

מיט'ן בענטשן איז מכובד געווען געווארן כ"ק האדמו"ר ממאכנובקא בעלזא, און מיט די שבע ברכות: הגאון ר' יצחק מזרחי מראשי ישיבת מיר, הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ-אלעד בן מרן האדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ ר' בערל רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאכנובקא בעלזא, הרה"צ ר' ברוך האגער בן האדמו"ר מסערעט וויזניץ וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, הגאון ר' אברהם רובין אב"ד רחובות אן עלטער-פעטער מצד החתן, און ברכה אחריתא כ"ק האדמו"ר מזוועהיל.

דערנאך איז פארגעקומען דער געהויבענער מצוה טאנץ, וואו עס איז געווען דער בדחן ר' ישראל שטערן פון לאנדאן, צום ערשט האט געטאנצט דער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא, דער עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, דער זיידע הרב שלמה געלבשטיין, און דער אבי החתן הרה"ג ר' אהרן פענסטער.

דערנאך האט דער בדחן אויסגערופן דעם אבי כלה הרה"צ ר' אהרן מרדכי, וואו מען האט אין אן ערשטמאליגן שריט געזינגען בעפאר'ן מצוה טאנץ דעם באקאנטן סקולענער ניגון התעוררות אויף די ווערטער 'באלקים בטחתי', און דאן האט הרה"צ ר' אהרן מרדכי אפּגעראכטן די ריקודין של מצוה אויף גאר א געהויבענעם פארנעם א לענגערע צייט ווען אינצווישן האט ער געטאנצט באזונדער מיט אלע קרובי המשפחה.

עס איז שוין געווען נאך חצות הלילה ווען דער בדחן האט אויסגערופן צום מצוה טאנץ דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און נאכ'ן מפריש זיין צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא האט דער רב שליט"א אנגעהויבן די פייערדיגע עבודה פון ריקודין לפני הכלה, און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים, און דעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, און באזונדער א פייערליכן טאנץ מיט בנו חביבו הרה"צ שליט"א וואו דער גאנצער צבור האט זיך מיטגעפריידט מיט אן אויסטערלישן עקסטאז. צום לעצט איז דער רב געטאנצן מיט די זרע ברך ה' די אייניקלעך מיט גרויס התרגשות.

נאכ'ן מצוה טאנץ פון חתן וכלה איז דער רב נאך פארבליבן אויף א שטיק צייט אינעם גרויסן שטוב, וואו מען האט א לענגערע צייט ממשיך געווען בשירה וריקודין, און עטליכע מינוט נאך צוויי אזייגער האט מען ארויסבאגלייט דעם רב מיט'ן לעבעדיגן ניגון כי אורך ימים, און דער ציבור איז אהיימגעגאנגען מיט פריידיגע געפילן מיטלעבנדיג אזא דערהויבענע שמחה בבית צדיקים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ