מיטוואך פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
א הערליכע און באשיידענע מעמד הנחת אבן הפינה איז דעם מאנטאג, אפגעראכטן געווארן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם נייעם קרית הישיבות דחסידי באבוב אין סטעטן איילענד, ווי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט געלייגט די גרונדשטיין צו די נייע בניני ישיבת "כרם שלמה ד'באבוב", וואס ווערט געבויט מיטן פולסטן אומפעט אין סטעטען איילענד, ווי ברייט באריכטעט.
דער מעמד איז פארגעקומען אין די שפעטע נאכמיטאג־שעות אינעם גרויסן שאטער, וואס עס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח לכבוד המאורע.
דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין א באשיידענעם פארנעם, וואו עס זענען געלאדנט געווארן די פני וחשובי העדה – ראשי קהילות ומוסדות באבוב, עסקנים, אישי ציבור, די מרביצי תורה וצוות ישיבת "כרם שלמה", נגידים ותומכים, ובראשם דער מנהיג העדה און נשיא המוסדות, כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א, און די חשובע שוואגערס: הגה"צ דומ"ץ באבוב, אב"ד קריית באבוב בת ים שליט"א, און הגה"צ ראש ישיבת באבוב.
דער רב שליט"א איז ערשינען צום מעמד און האט משמיע געווען אמרי קודש. ער האט ארויסגעברענגט, אז דאס אלעס איז א המשך צו די הייליגע עבודה פון אביו הגדול, הרה"ק בעל "דברי שלמה" מבאבוב זי"ע, וואס האט איבערגעפלאנצט באבוב על אדמת אמעריקא. דער רב האט ארומגערעדט וועגן די עתיד פון די דורות הבאים, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן, מעורר געוועהן זכות אבות, אז די תלמידים זאלן וואקסן ווי עס פאסט.
בסיום דבריו האט דער רב באדאנקט די עסקנים און נגידים, ובראשם הרבני הנגיד ר' ישראל ענגעלענדער הי"ו – דער רוקן־ביין פונעם פראיעקט. דער רב האט פארגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים, פסוק ביי פסוק, אזוי ווי עס איז געווען נהוג ביי אביו הרה"ק בעל "דברי שלמה" זצ"ל ביים הנחת אבן הפינה פונעם גרויסן ביהמ"ד אין בארא פארק, און דערנאך צוגעטרעטן צו די אבן הפינה.
דער רב שליט"א האט אריינגעלייגט מטבעות על פי הסדר המקובל, און דערנאך מכבד געווען די שוואגערס הרבנים, און זיינע זין און איידימער, צו גיסן די אבן הפינה. דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דער רב האט געטרונקען לחיים, אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.
נאכן מעמד האט זיך דער רב שליט"א ארומגעקוקט ביי די בוי־ארבעט ביי ביידע בנינים אויף דעם שטח, וואס ווערן געבויט לשמחת לב חסידי באבוב די בכל אתר ואתר.