דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
שטייענדיג קוים א יאר זינט די התייסדות פון ישיבת עמק החכמה האט מען אין די טעג געפייערט די הרחבת גבולי הקדושה אויף א שטארקע פארנעם, סיי מיטן באנייען א אכסניא של תורה, און סיי מיטן טרעפן א זעלטן פאסיגע לאקאל וואו צו איינקוואטירן די ישיבה אויף א קביעות'דיגע פארנעם.
די ישיבה עמק החכמה וואס געפונט זיך אין מאנסי, ווערט געפירט דורך הגה"צ ר' מרדכי דוב בעק שליט"א אב"ד טאלמיטש וראש הישיבה, בן כ"ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א וחתנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל בעל ישועת יעקב, די ישיבה הק' איז נתייסד געווארן קוים א יאר צוריק, בחיזוק ועידוד פונעם סקולענער רבי'ן צ"ל, וועלכער האט נאך בשארית כוחותיו פערזענליך איבערגעגעבן די הייליגע הוראות און הדרכות וויאזוי צו פירן די ישיבה און משפיע זיין אויף די חשובע תלמידים, און עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט שמועסן פאר די חשובע תלמידים.
אצינד האט מען אין א מזל'דיגע שעה געשלאסן מקח אויף א הערליכע גרויסע שטח רחבת ידים אין די היימישע בלומינגראוו געגנט אין קרית יואל, וואו די ישיבה וועט בעז"ה פלאצירט ווערן בקרוב הימים מיט גרויס הרחבת הדעת. א גרויסע שטח מיט בנינים, פופצן אקער לאנד גרויס מיט א אויגפארכאפנדע פאנאראמע אויפן גאנצן ארום, וואס פארמאגט אלע צוגעהערן פאר די ישיבה הקדושה.