התרגשות'דיגע שמחת התורה ביי פרעכטיגער "סיום מס' בכורות והתחלת מס' ערכין" אין ראם פון חבורת "זכרו" דחסידי סאטמאר

דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ברוקלין וואס רעכנט אריין וויליאמסבורג און בארא פארק האבן מיטגעהאלטן דעם זונטאג דער פראכטפולער סיום רבתי 'סיום מסכת בכורות והתחלת מסכת ערכין' במסגרת חבורת זכרו תורת משה, וואס איז פארגעקומען  אינעם פראכטפולן "הייטנער" זאל אויף די אכט און דרייסיגטע גאס אין שטאט בארא פארק, וואס איז אויסגערישט געווארן אלס פאסיגע אכסניא לכבוד התורה וחכמי', בהשתתפות די רבני ודייני הקהילה, ועל צבאם דער מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

עס איז געווען א מחזה הוד צוצוקוקן די ענדלאזע רייעס מיט טישן, טויזענטער אידן, אידן, פון זקנים ויושבי שורה ביז יונגע אברכים לומדי הכוללים, יונגעלייט וואס הארעווען שווער על המחי׳ ועל הכלכלה זייט- ביי-זייט מיט בעלי בתים נכבדים, כלי קודש, תלמידי חכמים, ועל צבאם דער הערליכער פלאטפארמע באזעצט מיט רבנן ותלמידיהון מורי הוראה ומגידי שיעור החבורה, כולם נקבצו ובואו.

אלס יו"ר המעמד האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' צבי אהרן רייז שליט"א מגי"ש חבורת זכרו ור"מ בישיבה גדולה ד'סאטמאר, וועלכער האט בנועם שפתיו אנגעפירט דעם מעמד הגדול והנהדר במשך דעם גאנצן מאורע בזמן שתלמידי חכמים מסובין בה.

א גאר שטארקע דרשה איז געהערט געווארן דורך הרה"ג משנתו רב ונקי ר' יצחק אליעזר וואלדמאן שליט"א, וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט זיינע רייד בחיזוק והדרכה ובשבח להלומדים החשובים, ובפרט האט ער געאייניגט זיינע ווערטער מעלה צו זיין זכרונו הבהיר צום בעפארשטייענדע יומא דהילולא קמייתא פון הגאון הגדול רבי שמעיהו גרינבוים צ"ל מח"ס סייעתא דשמיא און מגי"ש אין די קהילה קרוב ליובל שנים.

דאן האט מען אויפגערופן הנגיד החסיד ר' יודא לייב פערלמוטטער שליט"א, וועלכער האט בקול קהל ועדה אנגעהויבן די פרישע "מסכת ערכין", און פארגעלערנט די ערשטע משנה פונעם מסכתא, לעילוי נשמתו פון רבי שמעיהו בן רבי יהודה ארי' גרינבוים זצ"ל.

דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט פארלערנען די לעצטע שורות פון "מסכת בכורות" און דערנאך פארגעזאגט דעם "נוסח ההדרן", ווי דער גאנצער ציבור האט אינאיינעם מיטגעזאגט דעם נוסח אויפן קול.

מיט "קדיש דרבנן" איז מכובד געווארן דער פטרון החבורה הנגיד ר' משה יחזקי ווייס שליט"א. ווי נאר מ'האט געענדיגט דעם "אמירת קדיש" האט זיך כל הקהל הקודש ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ מיט שטורמישע רגשי הלבבות פון שבח והודי' לכבודה של תורה, וואו עס האבן מהנה געוועהן די "חסידיש קאפעליע" אין שפיץ פונעם בעל מנגן בחצה"ק סאטמאר ר' יששכר גוטמאן הי"ו, און ר' אהרן סאמעט הי"ו פון ארץ ישראל, געשפילט דורכן בארימטן מוזיק-מייסטער ר' מאיר אדלער הי"ו.

צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען זוכה געווען צו הערן דעם קול ה' בכח ובהדר מפום ממלל רברבין, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער רבי האט אנגעהויבן בדברי תורה על פרשת השבוע מתובל מפי סופרים וספרים, און דערביי מאריך געווען בדברי אגדה מעניני המסכתות שמסיימים ומתחילים.

דערויף האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן פייערדיגע דברות קודש אנבאלאנגט דעם שטורעמישן מצב המלחמה אין מיטל מזרח, וואס די ציונים האבן אנגעהויבן א אומזינסטע קריג מיטן ציל צו באווייזן נצחונות און שטארקייט ה"י, און מיר דארפן זיך האלטן שטארק נישט חלילה נתפעל צו ווערן ממעשי הרשעים, כי מרשעים יצא רשע, מען זאל מקבל זיין דעם עול הגלות, לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן זי"ע וואס ער געשריבן פארן היינטיגן דור בדם לבבו, וואס נאר אזוי קען מען זיך האלטן אויפן ערליכן וועג על דרך התורה, און דער רבי האט מסיים געוועהן מיט דברי ברכה לכל העם הנאספים.

אלס "נואם הכבוד" האט געדינט דעם אלעמען באקאנטער נועם בחסד עליון הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א, וועלכע האט מיט גאר שטארקע דיבורים ארויסגעברענגט אומגעהויערע חיזוק ללימוד התורה, אריינגעבענדיג עמער'ס חיות דקדושה פאר אלע לומדים ומסיימים ומתחילים אנצוגיין מיט די לימוד התורה בעוז ובגבורה.

מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הנגיד ר' משה יחזקי' ווייס הי"ו פטרון החבורה. נאכן בענטשן איז פארטיילט געווארן די ספרי משניות 'סייעתא דשמיא' אויף מסכת ערכין, פאר אלע לומדי החבורה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ