דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
אין די פאפא כולל אין וויליאמסבורג איז די וואך אפגעהאלטן געווארן אן עצרת הספד ככלות השלושים צו די פטירה פון הגה"צ רבי אלעזר יונה גינזבערג זצ"ל רב ביהמ"ד אגודת אחים אין בארא פארק און לאנגיעריגער ראש כולל פאפא אין וויליאמסבורג. עס האבן אויפגעטרעטן זיין ברודער כ"ק האדמו"ר מחוסט שליט"א, הגה"צ רבי דוד לייב פישער דומ"ץ פאפא, הרה"ג רבי אברהם הערש פריעדמאן דומ"ץ גאלאנטא און צום לעצט האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א משמיע געוועהן דברי הספד וזיכרון.