האד' מבאבוב-45 באזוכט בקרב המוסדות אין נייעם יישוב יוניאן ניו דזשערזי

מאנטאג פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטן


פארגאנגענעם וואך זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ווי באריכטעט ארויסגעפארן צום נייעם יישוב אין יוניאן ניו דזשערזי וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד החומש סעודה אינעם ארטיגן תלמוד תורה דחסידי באבוב 45.

נאכן מעמד האט דער רבי שליט"א קובע געוועהן א מזוזה אינעם בנין בית חינוך לבנות דחסיד באבוב 45 אין יונאין און דערנאך מכבד געוועהן מיט די איבעריגע מזוזות חתנו חביבו הרה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט"א וועם דער רבי האט ממנה געוועהן צו שטיין בראש הקהילה והמוסדות און דער מנהל המוסדות הרב יעקב יוסף שטיינמעץ הי"ו.

דערנאך האט דער רבי אויפגענומען בחדרו הפרטי עטליכע כיתות פון די מוסדות לרגל סיום שנת הלימודים און פארטיילט מתנות פאר די קינדערליך וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט אין די לימודים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ