סותר על מנת לבנות: וויזניצער קהלה בויט אויף נייעם ביהמ"ד מפואר אין מאנטשעסטער

זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


איינוואוינער פון די חרדי'שע שטאט מאנטשעסטער בכלל און חסידי וויזניץ בפרט קוקן זיך צו אין די טעג מיט גרויס פרייד אויף דעם מאסיוון פּראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה וואס איז אין די טעג אונטערגענומען געווארן, אויפצובויען א נייעם גרויסן ביהמ"ד פאר עדת חסידי וויזניץ אין שטאט וועלכע קלאמערן זיך לאורו פון רבם ומנהיגם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער ביהמ"ד אויף די לעסטער גאס וועלכער דינט שוין אלס צענטער פאר תורה וחסידות פאר די לעצטע דרייסיג יאר איז במשך די יארן געווארן צר מהכיל נאכדעם וואס דער ציבור איז זיך בליעה"ר שטארק צעוואקסן.

אין די לעצטערע תקופה האבן די געטרייע עסקנים פון די וויזניצער קהלה זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אין די פּלענער אויפצובויען א נייעם גרויסן ביהמ"ד, און נאכ'ן דורכגיין אלע דעטאלן און ערהאלטן די נויטיגע ערלויבענישן מצד די רעגירונג האט זיך תיכף אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט, ווען אינעם ערשטן פאזע טוט מען אין אין א בחינה פון סותר על מנת לבנות גענצליך אראפגעווארפן דעם עקזיסטירענן אלטן בנין הביהמ"ד, ווען אויפן זעלבן שטח האט מען אויפגעבויט א פּראוויזארישן געביידע וואס זאל דינען אלס צייטווייליגער ביהמ"ד, און מען וועט אי"ה אויפבויען א נייעם גרויסן בנין הביהמ"ד, וואס איר היכל וועט לויט'ן פּלאן פארמאגן ארום 250 זיץ פלעצער.

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט פארשידענע פּלענער אדורכצופירן א גרויסן מגבית לטובת דעם אויפבוי פון דעם בנין הביהמ"ד וואס וועט קאסטן איבער א מיליאן פונט, און מען האפט ווי שנעלער צו קענען מחדש זיין דעם נייעם ביהמ"ד וואס וועט זיין א לייכט-טורעם פאר תורה וחסידות איבער די גאנצע שטאט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ