מריחוק מקום: האד' מתולדות אברהם יצחק רעכט אפ מסיבת לחיים לרגל שמחת החתונה פון א אייניקל מעבר לים

דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אייגנארטיגע שמחה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיר הקודש, ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים און זיך מיטגעפריידט פאר לענגערע שעה'ן מריחוק מקום וקירוב הלב, ביים שמחת החתונה פון נכדתו הכלה וואס איז פארגעקומען אין שטאט וויליאמסבורג, מיטן אפוועזנהייט פונעם סבא קדישא דער רבי שליט"א.

ווי באריכטעט איז נעכטן פארגעקומען די שמחת החתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן, די כלה א טאכטער פון חתנו הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל הי"ד, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מיט די חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, צוליב דעם רבינ'ס שוואכע געזונט צושטאנד איז דער רבי נישט ארויסגעפארן קיין ניו יארק צו באשיינען די שמחה במלוא הדרו, און לכבוד דעם האט דער רבי געפראוועט די שמחה פונדערווייטנס אינאיינעם מיט די חסידים.

 דער רבי מיט אלע חסידים זענען געווען מלובש בבגדי שבת לכבוד די שמחה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה וצהלה, ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך מיט לעבעדיגע ריקודים לכבוד די שמחה בבית צדיקים.

די רבי שליט"א האט משמיע געווען רירנדע דברות קודש, זייענדיג מעלה עלי זכרון זיין אומפארגעסליכע און באליבטער איידעם הרה"צ רבי לייבוש הי"ד, זאגנדיג אז עס לאזט זיך נישט גלייבן אז גאנצע זיבעצן יאהר זענען שוין דורכגעלאפן פון יענעם ביטערן טאג, און עס איז שוין פאראהן א גאנצע דור וואס האט נישט געהאט די זכיה צו קענען דעם געהויבענעם איד, די רבי האט דערביי ארויסגעברעגנט זיינע געפילן זייענדיג זיך משתתף מקירוב לב ביי די שמחה, און געוואונטשן מברכותיו הטהורות פאר די חתן כלה און די בעלי השמחה.

.

צום שלוס איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פארן רבי'ן, צו קענען נאך לאנגע יארן באשיינען די שמחות פונדערנאנט מיט פרישע כוחות, יתחדש כנשר נעוריו, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.

אין לויף פונעם טאג האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א ווי די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן איש את רעהו בברכות לרוב.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ