שובע שמחות: האד' ממונקאטש אורח הכבוד ביי מסיבת שבע ברכות בשמחת בית באבוב מיוחד פאר תלמידי המתיבתא

דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


נעכטן מיטוואך איז אפגעראכטן געווארן די שבע ברכות בשמחת בית באבוב, צוגעשטעלט דורך די תלמידי המתיבתא. בהדרת כבוד האט מען אנטפאנגען כ"ק האדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכע האט באשיינט בראש המסובים ביי די שמחה. במשך די שבע ברכות האט זיך פארמירט שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און דערנאך האט דער באבובער רב שליט"א מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א משמיע צו זיין דברי תורה לכבוד השמחה.

דער רב שליט"א האט ארומגערעט בעניני נישואין און פאסיג פארטייטשט די ברכה פון די שבע ברכות "כשמחך יצירך בגן עדן מקדם" אז אויב פירט מען זיך בדרך האבות, וואס זיי האבן זיך געפירט ווי זייערע אבות, רירט דאס אן בנגיעה ביז צו די שמחה פון גן עדן מקדם – אדם וחוה. דער רבי האט מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורי חמד, און א ברכה מיוחדת פארן ראש בית אב דער באבובער רב שליט"א מ'זאל זיך קענען מיטפרייען איינער ביים צווייטן מתוך שמחה והרחבת הלב.

נאך די ווארעמע דיבורים האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד השמחה און דער באבובער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רב שליט"א צו טאנצן מיטן חתן. שפעטער האט זיך געשאפן א שיינער מחול לצדיקים צווישן די ביידע אדמור"ים.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ