דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
האדמו"ר מגור ביים א מסיבת לחיים אינעם אכסניא פון מחותנו הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא הי"ו אין מאנסי לכבוד די חתונה פון א אייניקל.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים שמחת החתונה פון הכלה א טאכטער פונעם משמש בקודש הרה"ח ר' שמעון גרינוואלד הי"ו לאנגיעריגער גבאי נאמן ביי כ"ק האדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.
האדמו"ר מגור וואונטשט הרבני הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער ראה"ק סקווירא נאכן באזוך בביתו לטובת די קרן התורה דחסידי גור.
אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד: דער כותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם, פוסט און ליידיג אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מצב אין ארץ ישראל.
די הערליכע שער ביים סקאליע ביהמ"ד אין בארא פארק לכבוד די שמחה אין הויף, די חתונה פונעם חתן בן זקונים פונעם רבי'ן.
האדמו"ר מגור ביים אנקומען קיין קרית יואל וואו דער רבי האט זיך משתתף געוועהן ביים שמחת השבע ברכות בחצה"ק סאטמאר.
נייע קונצליכע שטענדער פון האדמו"ר מערלוי אין ביהמ"ד הגדול ערלוי אין קטמון – ירושלים.
האדמו"ר מסטריקוב ירושלים אין א טאנץ מיט די פרחי החסידים ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.
די בארימטע 'רענטעסטיק' פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן סטעיזשעס און ביים ליפערן די טויזענטער טישן און בענקלעך פארן סיום הש"ס בחבורת תורתך שעשועי ד'סאטמאר.
המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א אריינגעטוהן אין א סוגיא, ביים זיך אויסבאהאלטן אין די שעלטערס.
האדמו"ר מבאיאן באשיינט א מסיבת שבע ברכות לרגל די חתונה פון החתן א זוהן פונעם משב"ק הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד הי"ו.
אסיפת עסקנים בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מטאהש אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגן מסע הקודש קיין טאהש – אונגארן.
ילדי חמד ביים דורכגיין נאך הבדלה ביים שבת התאחדות מיט האדמו"ר מלעלוב אין די קאנטרי בערג.
לחיים אין ביהמ"ד לב אהרן דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג לכבוד די סיום הש"ס אין די ראמען פון חבורת "תורתך שעשועי" ד'סאטמאר.
הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי באזוכט ביים פוסק הדור מקבל צו זיין ברכת קדשו צו די חתונה פון א קינד.
הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ אנקומענדיג אינעם לוטפעלד אין מצרים אונטערוועגנס קיין ארץ ישראל.
גרויסארטיגע מעמד 'עצרת תפלה' אין ליכט פון די מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, ווי טויזענטער תושבי לעיקוואד זענען זיך צוזאמגעקומען אין היכל ביהמ"ד גבוה אין שפיץ פון די גדולי ראשי הישיבות שליט"א.
די וואך מוצאי שבת נאכן שמחת השבע ברכות בחצה"ק תולדות אהרן האט קרישקעס באמערקט האדמו"ר מתולדות אהרן אויף די ירושלימער גאסן אין באגלייטונג פון נכדו הרב שמואל צבי הורוויץ בן האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא.
בילדער פון המקובל הגאון רבי דוב קוק שליט"א און הגאון רבי נפתלי נויסבוים ראש ישיבת חיי משה ביים הערליכן אויסלייג ביים מעמד 'מקושרים באהבה' צווישן די גדולי ישראל יוצאים פון די בארימטער כוללי הש"ס מיסודו פון הגה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע.
האדמו"ר מתולדות משה באגריסט זיך מיט אביו האדמו"ר מהאלמין ביי א משפחה שמחה די וואך.
'קרישקעס' באמערקט הרה"ח ר' יעקב יוסף פערל הי"ו מעסקני ק"ק ספינקא, צווישן די פילע לומדים ביים תורתך שעשועי סיום הש"ס.
אן אריינבליק אינעם קאמענד סענטער פונעם מרכז העומלי ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים וואו הרב שלמה אינדורסקי דער אדמיניסטראטיווער שמש פונעם ביהמ"ד איז עומד על הפקודים בעת די ימי השמחה אין הויף.
הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א אנקומענדיג אינעם לופטפעלד אין ירדן אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, זייענדיג געשטראנדעט אין חוץ לארץ צוליב די מלחמה אין ארץ ישראל, מערקט אויפן וואנט די בילדער פון די יארדאניע דינאסטיע.
האדמו"ר מצאנז זוועהיל אין א פרייליכע טאנץ מיט זיין מחותן הרה"ח ר' יצחק יוסף שליסל הי"ו פון די חשובע תושבים אין יוניאן סיטי.
צווישן די הונדערטער לומדים ביים 'יום לימוד כל הש"ס' דורך חבורת תורתך שעשועי מערקט קרישעקס הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און בנו בכורו הרה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אבד"ק ראצפערט אריינגעטוהן ראשם ורובם אין די גמרא.
די לעדערנע "ארטסקראל ש"ס" וואס איז געשאנקן געווארן במתנה צו הנגיד ר' יצחק שווארץ הי"ו פטרון חבורת תורתך שעשועי ביים גראנדיעזן מעמד סיום והתחלת הש"ס.
האדמו"ר מוויזניץ בית שמש ביים חתונה די וואך פון הכלה טאכטער פון הנגיד ר' משה יהודה פריעד הי"ו בעל האכסניא פונעם רבי'ן אין בראזיל.
האדמו"ר מסאטמאר איז עוסק בתורה מיטן לאנגיעריגער חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל ביים מעמד סדר לימוד הש"ס איידערן סיום והתחלת הש"ס דורך חבורת 'תורתך שעשועי' דסאטמאר.
האדמו"ר משבט הלוי שליט"א באזוכט אין בארא פארק ביי האדמו"ר מסקאליע וועלכער האט געוויזן פאר'ן גאסט, די וואונדערליכע 'לולקע ציבעך' פון זקינו הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע, וועלכע פארמאגט נאך א גערוך פון פייער עד היום הזה.
הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין שליט"א מגיד מישרים ביים אפגעבן ברכת מזל טוב פאר האדמו"ר מבאבוב ביים חתונה הגדולה די וואך.
א גרופע עסקנים זענען שוין אנגעקומען קיין טאהש אונגארן, ווי די הכנות צום געהויבענע מסע הקודש פון האדמו"ר מטאהש גייט אהן מיט׳ן גאנצן קראפט.
הנגיד הרב יונתן בלייער הי"ו ביים איבערגעבן א נייע סידור יעב"ץ ארויסגעגעבן דורך זיין מכון זכרון אהרן פאר האדמו"ר מבאבוב ביים שבע ברכות די וואך אין מאנסי.
האדמו"ר מגור אויף א שפאציר די וואך אין די פארשעי געגענט אין מאנסי שעפנדיג פרישע לופט לחיזוק כוחותיו.
די בארימטע 'רענטעסטיק' פארטי רענטל פירמע ביים אויפשטעלן סטעיזשעס און ביים ליפערן די טויזענטער טישן און בענקלעך פארן סיום הש"ס בחבורת תורתך שעשועי ד'סאטמאר.
מעמד קביעת מזוזה דורך האדמו"ר מדינוב אין די נייע לאקאל פון "פרינטונג גאראדזש" וואס האט זיך לעצטנס אריבערגעצויגן אויף בעדפארד עוו ביי סאוט 2 הארט לעבן וויליאמסבורג.
המשפיע הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל דרך אמונה וואס איז געווען אויפן וועג קיין ארץ ישראל, און האט געלאנדעט דאנערשטאג אין קפריסין, האט געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט קערעסטיר בבית זקינו הרה"ק ר' ישעילע מקערעסטיר זי"ע.
הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד ביי תפילת מעריב ביים ים סוף אין מצרים, זייענדיג אונטערוועגנס אהיים קיין ארץ ישראל, נאכן זיין געשטראנדעט אין אויסלאנד אין ליכט פון די אנגייענדע מלחמה.
ר' מרדכי האכמאן הי"ו פון די JDN שטאב מערקט קרישקעס ביים משמש זיין מורו ורבו האדמו"ר מלעלוב בעת דעם רבינס באזוך אין ניו יארק.
אן איראנער מיסיל ווערט אראפגעשאסן העכער דעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא – ירושלים.
האדמו"ר מבאבוב גיבט צו טרינקען פארן חתן ביים חופה די וואך בשמחת בית באבוב.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי באזוכט בהיכל קדשו פון האדמו"ר מגור בעת דעם רבינס באזוך אין מאנסי.
שופרות און חצוצרות בעת די איראנער אטאקע בבית מדרשו פונעם מקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א וואו עס ווערט געברענגט פון פריערדיגע אלס א סגולה בעת צרה.
דער חובת השעה אין די יעצטיגער זמנים איבערגעגעבן דורך המקובל הגה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א.
ביי די לעצטע באראטונגען צום גייסטרייכן שבת הנגידים בצל האדמו"ר מגור אין מאנסי, ווערן געזעהן די ראשי העסקנים ר' חנוך זייברט, ר' אליהו חסיד, און ר' שלמה קאפאלאוויטש.
חסדים נגלים: הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א ווערט באפרייט פון שפיטאל ערב שבת הארט פארן זמן, נאכן צוזאמפאלן בשעת די ריקודין ביי די חתונה פון בתו הכלה פאריגע וואך.
מערבין שמחה בשמחה: קידושא רבא אין איינע פון די שטיבלעך דחסידי בעלזא אין בארא פארק לכבוד די גרויסער שמחה בחצה"ק בעלזא און לכבוד עטליכע חברי הקהילה מסיימי הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי ד'סאטמאר.
האדמו"ר מוויען ביי הבדלה אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל באדאנסקי הי"ו אין מאנסי וואו דער רבי איז געוועהן צוגאסט שב"ק פ' נשא העעל"ט.
הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א ביי הבדלה אינעם בית חב"ד אין קפריסין וואו דער גאון האט געוויילט איבער שבת זייענדיג געשטראנדעט אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל.
האחים האדמור"ים מסערדאהעלי און וויען אין א ברודערליכע ריקוד ביים חתונה הגדולה בחצרות סערדאהעלי – אמונת ישראל – תולדות יהודה – שבט הלוי – גארליץ.
נחת דקדושה: שיין בילד פון האדמו"ר מקאסוב וויזניץ אין א טאנץ מיט אן אייניקל ביי א משפחה שמחה.
המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א באהאלט זיך אויס אין די שעלטערס אין די צייט פון אן אטאקע.
די וויזניצער שול א מאנטשעסטער איז געווארן אראפגעהאקט געווארן נאך כמעט 30 יאר דינסט פאר דער וויזניץ קהילה אין שטאט. א נייע, גרעסערע געביידע וועט ווערן געבויט, פארן ביהמ"ד וואס איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן איר געברויך.
שכן טוב: האדמו"ר מסאדיגורא אין א שמועס מיטן בארימטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שוקי לרר הי"ו ביים מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם היכל התורה "עטרת זהבה" אין די שיכון ה' געגענט אין בני ברק, וואס ר' שוקי האט מנדב געוועהן לעילוי נשמתה פון זיין מוטער ע"ה.
האדמו"ר מקראלי פארלאזט אתרא קדישא ליזענסק וואו דער רבי האט געוויילט שבת בהיכלו פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע.
הערליך צוגעגרייטע שולחן מלכים פון האדמו"ר מסאטמאר ביים היסטארישן סיום הש"ס דורך 'חבורת תורתך שעשועי' אינעם RCC קאמפלעקס אין מאנסי.
אין די צייט וואס האדמו"ר מגור געפונט זיך נאך אין ניו יארק לטובת די קרן הצלת עולם התורה האבן די טויזנטער אברכי הכוללים אין ארץ ישראל, ערהאלטן די ערשטע טשעקס פונעם קרן וועלכער האט באלד אינעם ערשטן חלוקה פארטיילט מיליאנען שקלים פאר די לומדי תורה מתוך הדחק.
אויסשטעלונג ביים דינער לטובת ישיבת עמלה של תורה, מיטן נאכגעמאכטע ציון פונעם אמפארגעסליגן ראש הישיבה הגאון רבי יוסף זאב פיינשטיין זצ"ל.
לעצטע אראנזשירונגען בעפאר די גראנדיעזע מעמד סיום הש"ס דורך 'חבורת תורתך שעשועי' ד'סאטמאר אינעם RCC קאמפלעקס אין מאנסי, ווערט געזעהן דער מייסטער סטראטעגיסט ר' שלמה שטיינמעץ הי"ו פן פיוואט מארקעטינג און די בעלי מנגנים ר' אהרעלע סאמעט, ר' יואלי קליין און ר' ישראל אדלער.
דער בארימטער גבאי צדקה הרב זעליג מענדלאוויטש הי"ו בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך מיט א שליחות מטעם "קרן הצלה".
האדמו"ר משומרי אמונים אין דער ‘מלכות ירושלים’ דזשודעיקא הויפטקוואטיר אין ירושלים אויסצוקלייבן א מענטעךע און עצי חיים פארן ספר תורה וואס דער רבי גרייט זיך אריינצוגעבן דעם חודש אב הבעל"ט.
א סאטמארער יונגערמאן שטעלט לחיים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין קרית יואל נאכן אהיימקומען פון ארץ ישראל דורך די גרעניץ אין מצרים.
הכרת הטוב: האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביים שבע ברכות בבית הרה"ח ר' שמעון גרינוואלד הי"ו לאנגיעריגער גבאי נאמן ביי כ"ק האדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.
א ברכת מזל טוב לידידנו הרה"ח ר' וועלוועל שמעלצער הי"ו לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן ני"ו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.