אלפי חסידי סאטמאר שעות של קורת רוח ושמחת התורה ביי פייערליכע סיום הש"ס שע"י חבורת 'תורתך שעשועי'

דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, שאט די דאט, י. שטיין


דְיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְּנִישׁוּתָא, קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא, צְבִי וְאִתְרְעִי בָן וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא: עס זענען נישט פארהאן די פּאסיגע ווערטער צו שילדערן אפילו אן אפס מה, פון די שטורמישע געפילן וואס האבן ארומגענומען אלפי חסידי סאטמאר זקנים עם נערים, וועלכע האבן נעכטן זונטאג מיטגעלעבט שעות ארוכות פון קורת רוח ותענוג רוחני, ביים געהויבענעם מעמד סיום והתחלת הש"ס אין די ראמען פון די וועלט-בארימטער סאטמארער ש"ס חבורה 'תורתך שעשועי', וואס איז געווען איין קייט פון התרוממות הנפש און התחזקות בתורה ויראת שמים אויף א פארנעם וואס מען האט שוין לאנג נישט בייגעוואוינט, און איז דער געשפּרעך פון טאג ביי רבבות אלפי חסידי סאטמאר אומעטום און ביי שלומי אמוני ישראל בכלל.

ווי שוין באריכטעט אין די לעצטערע וואכן זענען אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר געווען איינגעהילט אין גרויס שפּאנונג זיך גרייטנדיג צום געהויבענעם טאג, זה היום קוינו לו, וואס עס וועט אפּגעצייכנט ווערן דער זעלטענער מאמענטום בקורות ימי סאטמאר ווען פילע טויזענטער חברי הקהלה זקנים עם נערים, בני תורה צוגלייך מיט בעלי בתים וועלכע הארעווען על המחי' ועל הכלכלה, וועלכע האבן די לעצטע 12 יאר דורכגעלערנט גאנץ ש"ס בעמל ויגיעה אין די ראמען פון די הייליגע חבורה "תורתך שעשועי" וואס איז נתייסד געווארן דורכ'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביום זאת חנוכה שנת תשע"ג, האבן ענדליך זוכה זיין צו דערלעבן דעם גליקליכן מאמענט פון הזורעים בדמעה ברנה יקצורו.

דער געהויבענער מעמד סיום רבתי איז פארגעקומען אינעם ריזן קאמפּלעקס פונעם 'ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש' אין מאנסי, וואס איז במשך רוב שעות פונעם טאג פארוואנדלט געווארן אין אן אכסניא של תורה און האט געהאט די זכי' אז צווישן אירע 4 ווענט האט מען אין איין טאג מסיים געווען גאנץ ש"ס!

אלס ריכטיגע הכנה צו דעם פאסיגן מעמד איז באשטימט געווארן אז בעצם יום הסיום זאל אויך פארקומען א 'יום לימוד כל הש"ס' און אין די פריע פארמיטאג שעה'ן האבן שוין טויזענטער סאטמארער חסידים געמאכט זייער וועג צום RCC קאמפּלעקס, וואו נאך א ברייטן פת שחרית אויפ'ן פּלאץ איז דער ציבור אריין אין א ספּעציעל דעזיגנירטן היכל אינעם זאל, וואו עס איז אויסגעשטעלט געווארן א ספּציעלער סדר אז דער גאנצער ציבור האט אינאיינעם מסיים געווען גאנץ ש"ס אין עטליכע שעה, עס איז געווען א מחזה הוד פון כבוד התורה צוצוקוקן ווי טויזענטער אידן זקנים עם נערים בעלי בתים און אברכים זיצן און הארעווען אין לערנען, בשעת דער מאסיווער קול תורה שפּאלט הימלען, און צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן פילע מיטל-יעריגע אידן וועלכע האבן געלערנט אינאיינעם מיט זייערע קינדער און אייניקלעך אין א בחי' פון תורה מחזרת על אכסניא שלה, אינמיטן דעם סדר הלימוד איז געווען אן איבערראשונג ווען דער מייסד החבורה ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריינגעקומען אינאיינעם מיט זיין לאנגיעריגע חברותא הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל, און האט זיך געזעצט לערנען זיך אנשליסנדיג אינעם מאסיוון לימוד התורה דרבים.

נאכ'ן סדר הלימוד האט דער יושב ראש המעמד הרה"ג המפורסם פה מפיק מרגליות ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א וועלכער האט געניט אנגעפירט דעם גאנצן סדר היום, אויסגערופן אז מען גייט זאגן מזמורי תהלים צוליב דעם שווערן מצב פון אחב"י תושבי ארץ ישראל אונטער'ן שאטן פון די מלחמה, און דערנאך האט מען געדאווענט מנחה ווען דער שליח ציבור איז געווען הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א.

תיכף דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריין אינעם ריזיגן זאל וואו ס'איז געווען צוגעגרייט דער גרויסארטיגער סעודת הסיום אויף א רייכן פארנעם כיד המלך, ווען אינצווישן זענען אנגעקומען א פלייץ פון פרישע הונדערטער מסיימים וואס האבן נישט אויספּיעט מיטצוהאלטן דעם סדר הלימוד פארמיטאג.

דער חשוב'ער יושב ראש האט איינגעלייטעט דעם מעמד מיט פּאסיגע ווערטער, וואו ער האט מיט זיין רייכן לשון לימודים ארויסגעברענגט מפי ספרים וסופרים די גרויסקייט פון מסיים זיין גאנץ ש"ס, און דערביי האט ער אויך מעודד געווען די פרישע מתחילים איבער די געוואלדיגע זכי' פון דורכלערנען ש"ס טראץ אלע מניעות, ער האט דערביי אויפגערופן עטליכע אידן פון פארשידענע יארגענג וואס זענען ארויפגעקומען צום פאדיום און האבן איבערגעגעבן זייערע געפילן זייענדיג א מיטגליד אין די חבורה 'תורתך שעשועי', ווי דאס האט זיי געטוישט זייער לעבן אין אלע הינזיכטן און ארויפגעברענגט צו א העכערן שטאפּל ברוחניות ובגשמיות, און באזונדער איינדרוקספול איז געווען ווען עס האט אויפגעטרעטן א קינד וואס זיין טאטע און זיידע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה און האט געשילדערט ווי ווייט די גאנצע משפחה שטאלצירט דערמיט.

במשך די מסיבה האט דער חשוב'ער בעל מנגן ר' ישראל אדלער הי"ו עטליכע מאל מהנה געווען דעם ציבור מיט פרקי חזנות, אינאיינעם מיט חברת שירה און א צאל וועלט-בארימטע בעלי מנגנים פון ארץ ישראל, ווען עטליכע מאל אינצווישן האט דער עולם מיטגעזינגען מיט גרויס ווארעמקייט.

דערנאך האט דער יושב ראש פארגעליינט די בריוון פונעם פאר הדור הגה"צ  ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א און כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ספּעציעל געשיקט לכבוד דעם געהויבענעם מעמד, אין וואס די גדולי ומאורי ישראל האבן איבערגעגעבן ברכות קדשם פאר'ן מייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און באזונדער האבן זיי אנגעוואונטשן פאר'ן פטרון החבורה הנגיד ר' יצחק שווארץ וואס חבלים נפלו לו בנעימים צו פארמערן אזויפיל תורה ביי כלל ישראל.

דאן האט דער גאנצער ציבור מיט א שטילקייט און רעספּעקט זיך צוגעהערט צו די ווארימע דרשה פונעם פטרון החבורה ר' יצחק שווארץ, וועלכער האט מיט טרעפליכע ווערטער געשילדערט איבער די אויפטוען פון 'תורתך שעשועי' און איר ווייטגרייכנדע השפעה להרים קרן התורה, און אויך די ווייטערדיגע פלענער פון די חבורה להגדיל תורה ולהאדירה, ביים ענדע פון ר' יצחק'ס דרשה האט דער גאנצער ציבור מיט עקסטאז מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער איז אריינגעקומען אין זאל און האט זיך געזעצט בראש אלפי המסובים כשתילי זיתים סביב לשלחנו.

תיכף דערנאך האט דער ציבור געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבן דער סאטמארער רבי שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט איבער דעם באדייט וואס די תורה הקדושה ברענגט פאר א איד, און איבער די גרויסקייט פון אידן בעלי בתים וועלכע זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס וואס דאס ברענגט צו א העכערן לעבן, און דאס דארף מחייב זיין זיך צו פירן מער בקדושה ובטהרה און ברענגען די ריכטיגע השפעה אויף די גאנצע שטוב, באזונדער האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט בשבחו פונעם פטרון החבורה ר' יצחק וואס ער האט אזא געוואלדיגע זכי' להרבות פעלים לתורה, ביים סיום האט דער רבי מעורר געווען איבער די פארשידענע שוועריגקייטן ביי כלל ישראל, די מצב המלחמה בארץ ישראל און די גזירות על הדת בארה"ק ובארצות הגולה.

נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דבר ה' מירושלים פונעם פוסק הדור הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות דורך א הוק-אפּ, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז אזא ציבור עצום פון אידן ענדיגן גאנץ ש"ס, און האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ידידו וריעו דער רבי שליט"א מייסד החבורה.

בעפאר'ן צוטרעטן צום סיום הש"ס האט דער גאנצער ציבור אינאיינעם מיט די בעלי מנגנים געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים מיט גרויס התעוררות, און מען האט געקענט טאפּן דעם ערנסטקייט וואס האט געהערשט אינעם גאנצן זאל, דאן איז דער פטרון החבורה ר' יצחק מכובד געווארן צו מאכן דעם סיום הש"ס, און נאך אים איז מכובד געווארן דער מגיד מישרים הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א מיט התחלת הש"ס, וואו ער האט דערביי פארגעלערנט די ערשטע משנה אין ברכות מתובל מיט פארשידענע ענינים וסיפורי צדיקים איבער לימוד התורה כדרכו, און דערנאך האט דער גאנצער ציבור אינאיינעם געזאגט דעם הדרן און די יתומים האבן געזאגט קדיש.

תיכף דערויף האט דער ריזיגער ציבור האלפים זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין לכבוד שמחת התורה, עס האבן זיך פארמירט פילע רינגען פון גליקליכע אידן וועלכע האבן געטאנצט מיט עקסטאז און געדאנקט דעם באשעפער נותן התורה אז זיי האבן געקענט מיטלעבן אזעלכע געהויבענע מאמענטן, ווען אויפ'ן אויבנאן איז געשטאנען דער רבי שליט"א און געטאנצט בכל כוחו, און האט אינצווישן צוגערופן דעם פטרון החבורה הנגיד ר' יצחק און געטאנצט מיט אים א לענגערע צייט.

נאך די ריקודין של שמחה איז געווען אן איבערראשונג ווען דער משמש בקודש ר' חיים שלמה פישער האט גערעדט עטליכע קורצע דיבורים לכבודו פונעם פטרון החבורה ר' יצחק, און האט אים ארויפגערופן נעמען א מתנה וואס דער רבי שליט"א האט אים געשאנקען א הערליכע זילבערנער מנורה.

דאן האט דער ציבור געהאט די זכי' צו הערן דעם משא המעמד פונעם אורח הכבוד דער וועלט-בארימטער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק וועלכער האט מיט זיין רייכע שפּראך באגייסטערט דעם ציבור און ארויסגעברענגט וואס עס מיינט צו זיין א 'ש"ס איד', און האט דערביי גערעדט בשבחה פון חבורת תורתך שעשועי וואס האט דורכגעפירט אזא רוחניות'דיגע מהפיכה אין די אידישע וועלט.

דער פטרון החבורה ר' יצחק איז דאן מכובד געווארן מיט'ן בענטשן, און נאכ'ן זאגן די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים האט דער ציבור זיך פריש ארויסגעלאזט אין לעבעדיגע טענץ נישט קענענדיג איינהאלטן די עקסטאז און געפילן פונעם געהויבענעם מעמד, און דער ציבור האלפים איז זיך צוגאנגען איש על מחנהו ואיש על דגלו מיט געהויבענע געפילן, מיטנעמענדיג מיט זיך אויף שטענדיג די לעכטיגע זכרונות און הרגשים פון דעם אומפארגעסליכן מעמד סיום הש"ס.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ