בני ציון יגילו במלכם: הערליכע שמחת נישואין אין באבובער הויף פון חתן כלה נכדי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע

דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט אומבאשרייבליכע פרייד און טיפע התרגשות האבן אלפי חסידי באבוב זיך מיטגעפרייט ביים געהויבענע שמחת בית צדיקים בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א זוהן פון הרה"ג ר' משה הורוויץ ר"מ במתיבתא דבאבוב בן הגה"צ רבי ברוך אברהם הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יעקב הורוויץ שליט"א מציעשנוב מיט די כלה א אייניקל פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א טאכטער ביי זיין איידעם הגה"צ ר' חיים דוד וואקסמאן דומ"ץ באבוב מאנסי און זוהן פון הרה"ח המפואר ר' יודא וואקסמאן שליט"א, חתן כלה אייניקלעך פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב ז"ע.

די חתונה איז געפראוועט געווארן אינעם בית מדרש הגדול באבוב אין בארא פארק אויף גאר א געהויבענעם פארנעם בקול צהלה ורנה ובהמון חוגג און איז געווען א זעלטענע איבערלעבניש פון שעות של תענוג רוחני פאר די טויזנטער חסידים פון נאנט און ווייט און פילע געסט פון אויסלאנד. באזונדער האט זיך אנגעזעהן ביים חתונה דאס השתתפות פון אלע באבובער חסידים תושבי מאנסי ווען די שמחה טראגט ביי זיי א באזונדערע חשיבות ווען הגה"צ דומ"ץ באבוב מאנסי שליט"א האט אונטערגעפירט דאס ערשטע קינד אונטער די חופה.

אין די נאכמיטאג שעות האבן די תלמידי המתיבתא ארויסבאגלייט די חתן פון זיין שטוב בשירה וזמרה צום חתונה כנהוג מקדמת דנא.

אין די שפעטע נאכמיטאג שעות איז דער רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים ווי מען האט געהערט דברי כיבושין דורך האברך ר' טובי' אבסטפעלד הי"ו. דער רב שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, און געשטעלט אלס עדי כתובה הרב החסיד ר' משה קעסלער יושב ראש ת"ת בני ציון און הרב שלמה ברוק ראש הקהל באבוב מאנסי. דאן איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די היכל השולחנות.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען ביים חצר שע"י ביהמ"ד הגדול און אויף די גאנצע גאס ארום ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט פארענטשעס פאר די ילדי חמד. 

די עדים זענען געווען הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן ר"מ במיבתא דבאבוב און הרה"ג ר' אברהם משה שאיא ר"מ בישיבת עטרת שלמה באבוב מאנסי. די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתוב די זיידע הגה"צ ר' חיים יעקב הורוויץ מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די זיידע הרה"ח ר' יודל וואקסמאן שליט"א און די פעטערס הגה"צ אבד"ק קרית באבוב, הגה"צ דומ"ץ באבוב לאנדאן, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב און הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו. ברכה אחריתא די זיידע ראש ישיבת באבוב.

נאכן חופה האט דער רב געוואונטשן כל הקהל הקודש מיט אלע ברכות אנהייבנדיג 'אעלה את ירושלים על ראש שמחתי' און אז בשעת מיר שטייען דא אונטערן פרייע הימל געפונען זיך אחינו בני ישראל אין די בונקערס און געוואונטשן "המקום ירחם עליהם" זיי זאלן לעבן רואיג במנוחה ושלוה. צום שלוס האט דער רב געוואונטשן כל הקהל הקודש מיט אלע ברכות, און מ'האט אהיימבאגלייט דעם רב שליט"א בשירה וזמרה.

די סעודת החתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא פאר די ידידים און קרובי המשפחה און עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה פאר די געסט אין די בניני המוסדות.

די היכל ביהמ"ד הגדול איז געווען אויסגעשטעלט מיט פערצן שטאק פארענטשעס פון ביידע זייטן וואס איז שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום. די רב שליט"א איז ערשינען צו די שמחה לקול תרועת הזמר און די ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן און פייערליכע טענץ. נאך טאנצן עטליכע מינוט האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צום סעודה און משמיע געווען קורצע דיבורים לכבוד די שמחה.

בכבוד והערצה האט מען מקבל געווען פני כ"ק אדמור מראחמיסטריווקא שליט"א וועם דער רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך ארויס אין א ריקוד נלהב מיטן ראחמיסטריווקא רבי'ן. במשך די שמחה האט זיך דער רב שליט"א אויך ארויסגעלאזט אין ריקודין מיט הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און מיט הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דורכאויס די חתונה האט זיך דער רבי עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים צו טאנצן מיטן חתן.

מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די דאפלטער פעטער הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א און די איבעריגע ברכות די קרובי המשפחה. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ ר' יוסף הורוויץ שליט"א ראש הכולל מונקאטש. 

נאכן קאזאקן טאנץ כנהוג האט בדחנא דמלכא הרב זושא מאנדלבוים הי"ו אויפגערופן דער רב שליט"א צו מצוה טאנץ און מיט א קול רגש דערמאנט די ישועות וואס כלל ישראל בכלל ובפרט זענען אנגעוואנדן און מדגיש געווען דעם זמן איז מסוגל ווען די הייליגע אבות געפונען זיך דא ובפרט די געהויבענע דאפלטער זיידע הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע וואס קומט מיטהאלטן די שמחה בביתו בנו חביבו דער רב שליט"א.

איידער דער מצוה טאנץ האט דער רב שליט"א באגריסט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א בפנים מאירות און דערנאך אנגעוואונטשן דעם ציבור און ווידער דערמאנט די מצב אין ארץ ישראל און ווי מ'קען פויעלן ישועות אין אזא זמן. דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פון ריקודין של מצוה פאר לענגערע מינוטן בשלהבת אש קודש און די ציבור האט מיטגעטאנצן עד לב השמים מיט גרויס התלהבות, דערנאך האט די רב ווידער געטאנצען מיטן גארטל לפני הכלה אינאיינעם מיט האדמו"ר משבט הלוי שליט"א. דערויף האט די רב געטאנצן מיט די שוואגערס חתני דבי נשיאה פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע און געטאנצן מיט יעדן באזונדער ובפרט מיט גיסו הגדול הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א אויפן ניגון חסדי השם מיט גרויס התלהבות, דערנאך האט די רב געטאנצן מיט די קינדער ובני המשפחה און מיט די שוואגערס קינדער פונעם חותן המלך הרה"ח ר' משה וואקסמאן ע"ה.

דערנאך האבן געטאנצן די אנדערע זיידעס און מחותנים. צום שלוס האט דער רב שליט"א פארגעזיגען אין כאלוקינו און אנגעוואנטשן חתן כלה.

ביים חתונה האבן זיך אנגעזעהן צווישען אנדערע האדמו"רים מראחמיסטריווקא, שבט הלוי, בלאזוב ריבאטיטש, האחים מצאנז ב"פ, צאנז מאנסי, צאנז גריבוב, הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, קינדער פון האדמור"ים מוויזניץ, וויזניץ מאנסי, קאסאן, דישינסקיא און סקאליע, אב"ד אלכסנדר, הרה'צ ר' ישראל ארנסטר, הרבנים טאמאשוב ב"ב, גלאגוב, חליסא, רודניק, הארניסטייפל מילוואקי, ווארקא, סאדאוונא, לינז, אלעסק ארה"ק, אור יחקאל, ציעשנוב, שטראסבורג, וואידיסלאוו, דעבערעצין, קשאנוב, ראדאמסק, טשענסקאוויץ, טורקא הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים דומ"צ סאטאמר אנטווערפען און נאך. אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן פילע אישי ציבור צווישן זיי הרה'ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י סאטמאר און נאך.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ