אלפי חסידי סקווירא און וויזניץ מאנסי נאך אונטערן רושם פון געויבענער שמחת החתונה בבית צדיקים

דינסטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבי'שע חתונה בבית סקווירא – וויזניץ – קאסאני – קאסוב וואס איז געפראוועט געווארן בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג במקהלות החסידים פון ביידע הויפן אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם מאנדרער שליט"א אדמו"ר מקאסוב לאנדאן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לאנדאן שליט"א.

איידער די קבלת פנים האט האדמו"ר מוויזניץ מאנסי געדאוונט מנחה אינאיינעם מיט די חסידים אינעם בנין הכולל אין שיכון סקווירא, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הכוללות קוויטל ווי די רבי האט משמיע געווען דברות קודש כנהוג.

אום זעקס אזייגער נאכמיטאג זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום קבלת פנים, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות, ניגוני בית וויזניץ און סקווירא, ווי עס האבן מהנה געוועהן די קאפעליע אנגעפירט דורך די חברי המשוררים פון ביידע חצרות סקווירא און וויזניץ.

מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן די פעטער הגה"צ רבי חיים אהרן מאנדערער אדמו"ר מקאסוב בית שמש, צווישן די אדמורי"ם ביים קבלת פנים און חופה האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א די פעטער מצד החתן וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק למען בריאות גופו הטהור און האט זיך מטריח געווען באשיינען די שמחה, נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן און דערנאך איז מען אנגעקומען צום מעמד החופה ביים גרויסן שטח פארנט פונעם ביהמ"ד.

מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער סקווערער רבי, עדי קידושין כ"ק אדמו"ר מנצח מנחם ספינקא און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא, קריאת הכתובה די פעטער מצד החתן הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסאן לאנדאן שליט"א, און ברכה אחריתה די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. נאכן חופה האט דער זיידע די סקווירא רבי מאציל געוועהן מברכת קדשו פארן ציבור און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, ביים חופה האט זיך אויך משתתף געווען די פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

א קורצע צייט דערויף איז דער סקווערער רבי אריבערגעפארן צום יחוד שטוב אין די זאל פון עטרת טשארנא און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה, אין די זעלבע צייט איז פארגעקומען א לחיים פאר חסידי וויזניץ אין שפוץ פונעם רבי'ן אין שטוב פון הרה"ח ר' ראובן שמעון אוסטערליץ אין סקווירא שטעטל.

אום ניין אזייגער זענען די זיידעס האדמורי"ם ערשינען אינעם גרויסן ביהמ"ד ווערנדיג ענפאנגען מיט ניגוני שמחה ווען די ציבור הייבט זיך בריקודין עילאין, בעת די רבי'ס האבן מעודד געווען די ריקודין פאר א לענגערע צייט.

ביים זמן מעריב האט מען געדאוונט מעריב ווי אלס שליח ציבור האט געדינט די מחותן הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א שטייענדיג בשנת האבילות פון זיין מוטער ע"ה, נאך א קורצע הפסקה האבן זיך די אדמורי"ם געוואשן צו די סעודה, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, בשעתן סעודה האט מען זיך אויפגעטשעלט אויף א צווייטער טאנץ בהתרוממות עילאה, שפעטער איז דער עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר די רביים א לענגערע צייט, בעת די חסידים זענען ארויס אין ריקודין אין צענטער פון ביהמ"ד.

דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין פני קדשו פון האורח הדגול כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועם דער סקווירא רבי האט מקבל פנים געוועהן מיט א צהלות פנים, און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים.

אום איינס אזייגער האט דער בדחן אויסגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן די דאפלטע פעטער הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, און ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מרומם.

דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט מען אויפגערופן די זיידע דער וויזניצער רבי וועלכע האט מיט א פלאם פייער אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, דערנאך מיט די קינדער און אייניקלעך יוצאי חלציו. דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסאן לאנדאן שליט"א, דערנאך די פעטער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, די פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לבית קאסוב ירושלים, די מחותן אבי הכלה האדמו"ר מקאסוב לאנדאן, און דערנאך די מחותן אבי החתן הרה"צ רבי יעקב יוסף ווי מען האט ביי די גראמען דערמאנט די צוויי באבעס וואס קומען אראפ משמי מעל, אמו הרבנית מוויזניץ און די שוויגער הרבנית מסקווירא ע"ה.

דערנאך האט מען בחרדת קודש צוגעטרעטן צו די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, דער בדחן ר' יחיאל מיכל אייזנבערג האט מיט פאסיגע דברי חרוזין ארומגערעט איבער די שייכות פון בית סקווירא מיטן בעש"ט הק' שטייענדיג נאך די הילולא קדישא, בעפאר די ריקודי קודש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און דאן איז די רבי אראפ אין צענטער פונעם ביהמ"ד זיך ארויסלאזנדיג אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים, דערנאך האט זיך די רבי אוועקגעזעצט און ווייטער מעודד געווען די ריקודין און געקלאטשט מיט גרויס התלהבות, עס איז שוין געווען ביים עלות השחר קרוב צו פיר אזייגער פארטאגס ווען די ציבור האט זיך צושפרייט מלא וגדוש מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.

במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען די פעטער'ס און קרובי המשפחה, האדמורי"ם מוויזניץ פון קאיימישע, וויליאמסבורג, לאנדאן און בארא פארק, האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, מאנסי אוקענוויין און ספרינג וואלי, סקולען מאנסי, קאסאן, פארשעי, סקווירא פון בארא פארק, ביקסאד, קאסאני, שאץ, נצח מנחם ספינקא, זידיטשוב באלטימאר, סטאניסלאוו אלעסק.

הרבנים הגאונים הצדיקים גאב"ד סאטמאר בארא פארק, אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, אב"ד פאפא מאנסי, בני האדמו"ר מסאטמאר, הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם און הגה"צ רבי חיים דוד וואקסמאן קינדער פון האדמו"ר מבאבוב, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי יחזקאל אונגער בן האדמו"ר מבאבוב 45, אב"ד שערי תפילה, אב"ד סאלקא, אב"ד טאשנאד, אב"ד סטאניסלאוו אלעסק, אב"ד שרגא המאיר, אב"ד סלאנים מאנסי, דומ"ץ בעלזא מאנסי, אב"ד קאלוב ב"פ און נאך.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ