מאנטאג פ' שלח • כ' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן
א באשיידענעם מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם וואך דורך כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פאר די נייע פראכטפולע שמחה זאל אינעם בנין פון בית חינוך לבנות 'בנות אסתר' דושינסקיא אין ירושלים.
דער בנין פונעם בית חינוך וואס איז סטאנציאנירט אין די בית ישראל געגענט נישט ווייט אוועק פון די דושינסקיא הויף, טראגט א היסטארישע באדייט ביי תלמידי וחסידי דושינסקיא און בני ירושלים של מעלה, זייענדיג דער מקום קדוש וואו עס האט געוואוינט הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים, וועלכער האט באותו מקום מייסד געווען זיין הייליגע ישיבה 'בית יוסף צבי' און זיין ביהמ"ד מיט איבער ניינציג יאהר צוריק בשנת תרצ"ג, און אין אט די הייליגע בנין האט ער אנגעפירט זיין הנהגה אלס מרא דארעא קדישא פונעם יהדות הנאמנה בפלטרין של מלך.
נאך וואס די ישיבה איז אריבער צום בנין המוסדות אויף די שמואל הנביא אין גאס, איז דארט אינעם בנין נתייסד געווארן דער בית חינוך לבנות "בנות אסתר" וואו הונדערטער תלמידות בנות ישראל הכשרות ווערן נתחנך על טהרת הקודש בדרך ישראל סבא, תחת הנהגתו והדרכו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. בעת לעצטיגע רענאווציע ארבעט אינעם בנין, איז אויפגעבויט געווארן א שפאגל נייע שמחות זאל, צום באנוץ פון די חסידים און תושבי השכונה בעת שמחתם. ביים אנקומען אינעם בנין האט די רבי מחנך געווען די נייע זאל מיט תפילת מנחה, און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם זאל, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הנגיד החסיד רבי שמואל דוד הערצאג הי"ו די אייגנטומער פון די בארימטער קדם וויין פירמע ומגדולי תומכי הבית חינוך, צו קובע זיין א מזוזה.
דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לרגל המאורע מיט די השתתפות פון די חברי הנהלת המוסד און מנהלי מוסדות דושינסקיא, די רבי האט געוונטשן לחיים פאר אלע מנהלים און עסקנים, און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ח רבי יהושע בינעט הי"ו מנהל בית חינוך לבנות. דערנאך האט זיך די רבי ארומגעדרייט אינעם נייעם זאל אינאיינעם מיט די מנהלים, און באוואונדערט איר שיינקייט, די רבי איז אויך ארויף צו די נייע קלאסן וואס זענען צוגעבויעטט געווארן אינעם בנין, ווי די רבי האט זיך אינטערסירט ביי די מנהלים אויף אלע דעטאלן און מאציל געווען מברכות קדשו.