מאנטאג פ' שלח • כ' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אייזיק י
הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה און תושבי בארא פארק, האבן זיך באטייליגט ביים גרויסארטיגן שמחת החתונה בבית אמונת ישראל – סערדאהעלי – תולדות יהודה – שבט הלוי – גארליץ, בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה החתן זון פון הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א זוהן פון כ"ק האדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר משבט הלוי שליט"א וגאב"ד זכרון מאיר, א טאכטער ביי זיין זוהן הרה"ג ר' יואל אלישע וואזנער שליט"א ראה"כ מראה יחזקאל חתן כ"ק אדמו"ר גארליץ שליט"א. די חתונה איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר מיט די באטייליגונג פון די חסידים ומעריצים פון אלע צדדים – אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.
די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן דעם פארלאפענעם שבת שלח – שבת אויפרוף וואס איז געפראוועט געווארן אין בארא פארק. פרייטאג צונאכטס האט הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א געדאווענט די תפלות און מיטגעהאלטן די טישן בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א. שבת צופרי זענען די תפלות פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אמונת ישראל, ווי עס האבן מיטגעדאווענט די געהויבענע זיידעס כ"ק האדמורי"ם מסערדאהעלי, תולדות יהודה, שבט הלוי און גארליץ שליט"א. נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן די קידושא רבא, ווען אויפן אויבן אן טוהן באשיינען די חשובע זיידעס משני צדדים, בשעת ווען א ריזן ציבור תושבי בארא פארק שלענגלען זיך אין די מאסן אריבעצוגיין וואונטשן מזל טוב פאר די חתן און מחותנים, ווי ס'האבן זיך אויך אנגעזען הונדערטער תושבי העיר וועלכע קלאמערן זיך וועכענטליך ביי די געהויבענע 'שבת אחים טישן' בצלו פון הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א און דערקוויקן זיך מאמרותיו הטהורות.
די געהויבענע חתונה איז פארגעקומען זונטאג בהעלותך, ווען אין די נאכמיטאג שעות איז געווען ספעציעלע זמני כניסה ביים אבי החתן הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א, וועלכע האט אויפגענומען דעם ציבור איבער צוויי שעה נאכאנאנד און געוואונטשן ברכות לרוב במאור פניו.
צו די באשטימטע צייט זענען די חתן און שושבינין ערשינען צו די מעמד קבלת פנים אין די זאלן פון עטרת גאלדא. הגאון רבי שלמה לעזער שליט"א משגיח ישיבת שערי יושר ומראשי הקהלה האט אויפגעטראטן מיט הארציגע דברי חרוזין און דאן איז מען געגאנגען צום מעמד החופה וואס איז פארגעקומען אויף די ספעציעלע פלאטפארמע פארנט פון זאל.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן געווארן די זיידע האדמו"ר מתולדות יהודה און ברכה אחריתא דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א. דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
ארום ניין אזייגער איז דער חתן ערשינען אין זאל, אנגעכאפט מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, ווי דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. די אדמורי"ם האבן זיך געוואשן צו די סעודה און ס'איז געגעבן געווארן א געלעגענהייט פארן ציבור אריבערצוגיין וואונטשן לחיים.
דורכאויס די חתונה האבן זיך געשאפן רינגען פון די ידידים און מעריצים פון די חשובע קהלות הקודש אמונת ישראל, סערדאהעלי, שבט הלוי, תולדות יהודה, און גארליץ ווען די געהויבענע זיידע האדמו"ר תולדות יהודה שליט"א טוט מעודד זיין די טענץ, שטייענדיג אין צענטער פון זאל, וינועו אמות הסיפים.
ביי די שמחה האבן זיך אנגעזען די השתתפות פון די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א און הגה"צ גאב"ד גראסווארדיין שליט"א, און הרבנים הצדיקים רבי אהרן מענדל און רבי יעקב יוסף טווערסקי בני כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע האדמו"ר מגארליץ און כחצות הלילה האט מען אנגעהויבן די מצוה טאנץ. צום ערשט איז געטאנצן דער זיידע האדמו"ר מסערדאהעלי, דערנאך די אנדערע זיידעס האדמורי"ם מגארליץ, תולדות יהודה און שבט הלוי שליט"א. ארום צוויי אזייגער האט מען אויסגערופן דעם אבי החתן הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א, וואס איז געטאנצן אויף א געהויבענעם פארנעם לקול מצהלות החסידים.