אלפי חסידים מיטגעהאלטן גרויסארטיגער רבישע חתונה אין הויפן פון תולדות אהרן – פרמישלאן – קרעטשניף סיגעט

זונטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ"א ניימאן, שלומי טריכטער, JDN


טויזנטער חסידי תולדות אהרן האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, פון חתן כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און אחיו הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א.

עס איז געגאנגען אונטער די חופה א חתן אייניקל ביים ראש ישיבה שליט"א, א זון ביי זיין זון הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, א טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ ר' אהרן קאהן אב"ד תולדות אהרן מאנסי, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, מיט די השתתפות פון מאסן חסידים. ספעציעל האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט חסידי תולדות אהרן פון ניו יארק וואס זענען געקומען אנטייל נעמען אינעם גרויסן שמחה בבית צדיקים, במעונו פון הגה"צ אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א.

אום 7:45 זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים, נאכן זינגען פילע ניגוני דבקות והתעוררות האט מען געהערט פאסיגע חרוזים דורך הרה"ח ר' אהרן זעלקאווויטש הי"ו מחשובי חסידי תולדות אהרן. דאן איז מען ארויס צו די מעמד החופה וואס איז אפגעראכטן געווארן תחת כיפת השמים. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, דערנאך האבן די זיידעס כ"ק האדמורי"ם מתולדות אהרן און קרעטשניף סיגעט שליט"א משמיע געווען דברי ברכה לכל העם הנאספים, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאָזט אין א ריקוד לכבוד די שמחה.

אינעם ביהמ"ד הגדול איז געווען צוגעגרייט די סעודת מצווה לכל הקהל הקודש, חסידי קרעטשניף סיגעט האבן זיך געוואשן צום סעודה אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט ווי מען האט געהערט דרשות פון די רבני הקהילה, די רבי האט געוואונטשן לחיים משמיע געווען מדברות קדשו און די ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב.

צום באשטימטן זמן זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, במשך די שמחה האבן זיך אנגעזען אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים, כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים, כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן, הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים, הגה"צ גאב"ד רמת שלמה, און די פעטערס האדמורי"ם מביאלא בני ברק, מבקשי אמונה, קרעטשניף טשערנוביץ, זידיטשוב בני ברק און נאך.

מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן, ברכות ראשונות די פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מביאלא ב"ב שליט"א, און ברכה אחריתא פעטער פון חתן און כלה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב בני ברק שליט"א.

כחצות הלילה האט מען אויפגערופן תן מצווה טאנץ פון די געהויבענע זיידעס כ"ק האדמורי"ם מפרמישלאן און קרעטשניף סיגעט וועלכע זענען געטאנצן בלבת אש כדרכם בקודש. דערנאך איז געטאנצן די זיידע ראש ישיבת תולדות אהרן, און דאן האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום א שעה צייט מיט התרוממות עילאה אויפן רבינ'ס שטייגער, איידער די מצווה טאנץ האט די רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש כהכנה דרבה, און דאן צוגעטרעטן צו דער עבודת הריקודין, און מיט א רגש אש קודש געטאנצן לפני הכלה, בעת דער גאנצער ביהמ"ד הייבט זיך אין די לופטן, איבערהויפט ביים זונגען איין מאל און נאכאמאל "אין עוד מלבדו" מיטשלעפענדיג דעם גאנצן ציבור צו אן אויסטערלישן התעוררות און התלהבות.

דערנאך זענען די חסידים פארבליבן מיטצוהאלטן די געהויבענע ריקודים פון די אבי הכלה הגה"צ אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א וואס האט אפגעראכטן די ריקודי קודש מיט גרויס דערהויבנקייט, דערנאך איז געטאנצן די אבי החתן און חתן לפני הכלה, און עס איז שוין געווען אום דריי דרייסיג פארטאגס ווען די שמחה האט זיך געשלאסן קרוב לעלות השחר.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ