הגאון רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילות הפרושים באזוכט בהיכלו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א

זונטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ"א ניימאן, JDN


פארלאפאנעם וואך דאנערשטאג איז הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילות הפרושים אנגעקומען אין שטוב פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווי די ראש ישיבה האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית פאר א זון פון איינער פון די תלמידים ביי וועלכן הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט געדינט אלס מוהל און געזאגט די ברכות, נאכן ברית איז די ראש ישיבה אריין אויף א באזוך צום פאר הדור ווי עס איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די שווערע גזירות על הדת בארץ הקודש, און די ראש ישיבה האט זיך באדאנקט פאר די טירחה דגברא רבה וואס האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט זיך אנגעשטרענגט ביים ארויספארן קיין "יאהוד" מוחה זיין אויף די שרעקליכע חילול קברים אויפן ארט.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ