געמיינזאמער אסיפת גדולי תורה והוראה מנהיגי קהילות הקודש מברר צו זיין דעת תורה הברורה להמצפים לזרע של קיימא

דאנערשטאג פ' בהעלתך • ט"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט א חרדת קודש איז היינטיגן דאנערשטאג בהעלותך תשפ"ה, געשריבן געווארן א פרק אין כלל ישראל'ס רייכע היסטאריע, סאיז געהערט געווארן דעם קלארן אומבויגזאמער דעת תורה הברורה, ביי א געמיינזאמער אסיפת ראשי עם קודש, זקני הוראה וגדולי התורה, סביב לשלחן אחד אינעם תל תלפיות שהכל פונים אליו, במעון תורתו פונעם זקן ההוראה ועמוד ההלכה, מרן הגאון הגדול רבי בנימין זאב לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש בארא פארק, וועלכער טראגט שוין דעם שרביט ההוראה א יובל יארן, און במיוחד איז הלכה כמותו אין די גאר קאמפליצירטע שאלות בעניני רפואה וואס מאכט זיך מדי יום ביומו ביים יהדות החרדית, וכל דבר הקשה יבואון אליו.

אין אן אויסנאמליכער שריט האט דער טאהשער דיין שליט"א פרעזענליך פאררופן די היינטיגע אסיפה, נאכדעם וואס א פארצווייגטער שאלה איז עולה על שלחן מלכים די לעצטע תקופה, און איז נוגע די צובראכענע פארפעלקער פון אידישע קינדער חשוכי בנים המצפים לישועה. זייענדיג דער ערשטער און לעצטער אדרעס פאר אט די שאלות און ספיקות האט דער גאון שליט"א געשפירט פאר וויכטיג אראפצושטעלן דעם קלארן דעת תורה הצרופה, אינאיינעם מיט די גדולי הוראה פון די גרעסטע קהלות קדושות בישראל, וואס זענען די עמודי ההוראה בדורינו להשיב בדבר ה' זו הלכה בכל מקומות מושבותיהם, ועל פיהם ישק כל דבר.

ביים אסיפה איז געווען אנוועזנד: דער בעל אכסניא הגאון הגדול רבי בנימין זאב לאנדא שליט"א, דומ”ץ טאהש; הגה"צ אבד”ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א; הגאוה"צ חברי ביד"צ דקהל יטב לב סאטמאר שליט"א בשליחות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א;  הגאון רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ”ץ שיכון סקווירא ורב מפעל הכביר "המדריך להוראה; הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד שליט"א, דומ"ץ פאפא בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א; הגה"צ אבד”ק באבוב 45 שליט"א, הגאון רבי חיים יחזקאל בערקאוויטש שליט"א, בשליחות אביו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש; און נאך צענדליגער מורי הוראה בישראל.

דער געהויבענער אסיפת ראשי עם קודש איז געעפענט געווארן מיט דברי פתיחה פון הרב הגאון רבי יצחק ביסטריצקי שליט"א, דומ"ץ באיאן ב"פ, וואס האט ארויסגעברענגט די געהויבענע זכי' ווען אזויפיל גדולי ומאורי ישראל זיצן אינאיינעם אין דעם בית וועד לחכמים פון אחד המיוחד מגדולי ההוראה, וואס פריערדיגע גדולי ישראל האבן אים געגעבן סמכות אויף האקעלע ענינים און אים פארבארגט צוטרוי אין יענע יארן איבער אסאך קאמפליצירטע שווערע שאלות און ספיקות בדברים העומדים על הפרק, און האבן זיך אויסגעדרוקט זעלטענע לשונות איבער דעם תורה ריז, ובפרט איז באקאנט דאס לשון וואס איז געווען מורגל בפיהם פון די גדולי קמאי "רבי בנימין איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו העלפן אידישע קינדער", איז זיכער אז ביי אט דעם כנסי' לשם שמים ווען מען קומט זיך צוזאם מברר צו זיין כשמלה דעם ריינעם דעת תורה וועט זיכער ארויסקומען א תועלת פאר די קומענדיגע דורות.

דער בעל אכסניא של תורה, הגה"צ דומ"ץ טאהש שליט"א, האט אנגעהויבן זיינע ווערטער און קלארגעשטעלט אז מען איז נישט געקומען הערן זיין אייגענע דעת תורה, מ'איז געקומען איבערשמועסן די דעת תורה הבהירה וואס מיר האבן מקבל געווען פון די גדולי הפוסקים מדור הקודם, די גדולי ועמודי ההוראה והלכה, דער גאון שליט"א האט דערביי אויסגעשמועסט מיט א זעלטענע קלארקייט אין בהירות דער מציאות הדברים אין מברר געווען די יסודי הלכה בכל פרטיה געבויט אויף סוגיות הש"ס וגדולי הפוסקים לדורותיהם, און בתוך הדברים האט ער דערמאנט הוראות פון די גדולי הפוסקים בדור העבר, מרן פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל ואתו עמו הגאון הגדול מרן הרב אלישיב זצ"ל בענינים אלו.

צווישן זיינע ווערטער האט דער דיין שליט"א דערמאנט די נעמען פון עטליכע גדולי הרבנים שליט"א, וואס האבן שוין גע'פסק'נט זייער דעת תורה, און זיך באדאנקט פאר די רבנים וואס לאזן הערן זייער דעת תורה בלי שום חת ומורא. אזוי אויך האט ער געזאגט פאר די פארזאמלטע רבנים שליט"א אז בשליחותו זענען געווען עטליכע מורי הוראה ביי די גדולי הרבנים והפוסקים שליט"א אין ארה"ק דן זיין אין די שאלה. 

דערנאך האט דער יו"ר הגאון רבי יצחק שליט"א אויסגערופען אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער ליגט שוין כמה חדשים בעובי הקורה לברר הדבר על בוריה, האט פערזענליך פארבעטן הגאון הגדול רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ סאטמאר קרית יואל, וואס איז בקי בש"ס ופוסקים באופן מבהיל, אז ער זאל מברר זיין די גאנצע נושא ברור כשמלה עד להלכה למעשה, און דער דיין שליט"א האט בפקודת הקודש דאס מברר געווען בליבון אחר ליבון, אין איז צירוקגעקומען צום רבין מיט זיין דעת תורה להיתר, דער סאטמאר קרית יואל'ער דיין שליט"א האט בתוך רבים צוגעשטימט צו זיינע ווערטער פארנט פון די פארזאמלטע רבנים שליט"א.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בקי נפלא בעניני רפואה, רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א, דומ"ץ בית מדרש לב אהרן דסאטמאר, תלמוד מובהק פון הגה"צ דומ"ץ טאהש שליט"א, וועלכער האט אראפגעלייגט פאר די פארזאמלטע רבנים שליט"א די השתלשלות הדברים זייט די שאלה איז ארויפגעקומען על שלחן מלכים, און ער האט געזאגט אז דער טאהש'ער דיין האט ארויפגעלייגט אויף אים די משימה אז ער זאל איבערשמועסן די דעת תורה מיט די גדולי ישראל החיים אתנו לשלום, ארויסצוהעלפן די חשוב'ע משפחות המצפים לישועה, זיי אויפצורעכטן מיט די נויטיגע הילף. ער האט בתוך דבריו געזאגט אז דער טאהש'ער דיין שליט"א וואס איז פארנומען יומם ולילה מיט אלע סארטן שאלות און ספיקות וואס איז עולה על שלחן מלכים האט זיך אריינגעלייגט זיך מברר זיין אין די נושא בבירור אחר בירור כמה שנים.

און אן איבעראשענדער מאמענט אינמיטן די דרשה פון הגאון ר' חיים אהרן שליט"א, האט דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א געזאגט אז מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט יעצט גערופן אויפן טעלעפאון און ער וויל זאגן עטליכע ווערטער פאר די רבנים שליט"א. די רבי שליט"א האט אנגעהויבן זיינע ווערטער זאגנדיג: אז צוליב די וויכטיגקייט פון די אסיפה האט ער אליין געוואלט אנטייל נעמען, אבער צוליב די חתונה פון אן אייניקל היינט נאכט אין קרית יואל איז ער נישט געווען ביכולת. דאן האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט אז ער האט דאס אליין מברר געווען בירור אחר בירור, און ס'איז מותר בהיתר גמור, און אז אזוי האבן אלע גדולי ישראל געטוהן אין אלע דורות, זיך מייגע געווען אין מען איז אויפגעווען נעכט צו טרעפן א היתר פאר זאכן וואס זענען נוגע אידישע קינדער, ער האט בתוך דבריו געזאגט "איך האב אמאל געזאגט א ווארט דוד המלך האט געזאגט ידי מלוכלכות בדם שפיר ושליא, דוד המלך האט דען נישט געהאט וואסער זיך אפציוואשן די הענט, נאר וואס דען ער האט זיך פארשמירט די הענט וואס מען האט אים קריטיקירט אין אראפגעריסן" אין ער האט אויסגעפירט  אז מ'מוז זען ארויסצוהעלפן מיט אלע מעגליכקייטן די פילע משפחות וואס קוקן ארויס געהאלפן צו ווערן בזש"ק, זאגנדיג:  ב"ה איך האב שוין געהערט פון מענטשן די לעצטע צייטן וואס דארפן אנקומען צו דעם באנוצן זיך שוין מיט'ן היתר, אין דער אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן טאקע געהאלפן ווערן מיט קינדער, אין דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט קינדער, אין עס זאל זיין בדרך הטבע אן דארפן צוקומען צום היתר, אבער די וואס דארפן צוקומען דערצו זאלן זיך באנוצן מיטן היתר אן א שום הארץ קלאפעניש, זיי זאלן וויסן אז עס איז היתר גמור!!!

דאן האט הגאון רבי חיים יחזקאל בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ בקיט"ל קרית יואל, דערציילט פאר די אנוועזנדע רבנים אז זיין פאטער, מגדולי זקני הפוסקים, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל שו"ת אגלי דבש, איז געווען גרייט צו קומען צו די אסיפה רבתי, אבער ס'איז אים באפאלן א חולשה, דעריבער האט ער פארגעליינט א מכתב פון אביו הגדול שליט"א ווי פאלגענד: אל מעלת כבוד הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א יושבים על מדין, כ"א בשמו הטוב יבורך משמי מרום, עדי נזכה לבנין בית ה' בראש הרים. נדרשתי לאשר שאלוני בדבר השאלה העומד על הפרק וכו', לעזור לאלו המצפים בכליון עינים להיפקד בזש"ק. הנה ידידי ומחו' מרן כ"ק אדמו"ר שליט"א כבר כתב בנידון זה בירור הלכה ארוכה וברורה בכחא דהתירא, ואחר העיון נצטרפתי לדבריו, ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח להיפקד בדבר ישועה ורחמים, ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות על ישראל שלום. כו"ח י"ג לחודש אייר כ"ח למבנ"י שנת תשפ"ה לפ"ק.

מיט די החלטת אסיפה, לפני מלכים מאן מלכי רבנן, האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א, דומ"ץ שיכון סקווירא ורב מפעל הכביר "המדריך להוראה" וואס איז מדריך אריבער פינעף הונדערט מורי הוראה בישראל, בפרט אין עניני רפואה בהלכה, איבער דעם קלארע פסק הלכה פון די פריערדיגע גדולי ישראל בכח דהיתרא בלי שום גרעון, דער דיין שליט"א האט מיט רירנדע ווערטער געזאגט אז מען דארף זיך באגיין מיט די שאלה פונקט אזוי ווי אונזערע גדולים האבן עוסק געווען מיט אן היתר עגונה, אפירצוזוכן א צד היתר מיטן כח התורה.

ביים שליסונג פון די אסיפת קודש, איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי די רבנים שליט"א זענען פארבליבן איבערשמועסן די צדדי השאלה, און אינאיינעם מברר געווען די הלכה געבויט אויף וואס מיר האבן מקבל געווען פון די גדולי קמאי מדור הקדום, די רבנים שליט"א האבן זיך שווער געשיידט פון די הייליגע מאמענטן, ווען מ'האט אינאיינעם זוכה געווען לברר וללבן דבר ה' זו הלכה, אין לנו שיור רק התורה הזאת!

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ