המלכים נועדו: האד' מסקווירא רעכט אפ ביקור גומלין ביי האד' מגור בבית הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו אין שיכון סקווירא

דאנערשטאג פ' בהעלתך • ט"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט


היינט נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א ווידער אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, דאסמאל לטובת די קרן התורה דחסידי גור. ארום 5:00 נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו ראש הקהל סקווירא, וועלכער האט זיך געלאזט קאסטן א סכום עצום לטובת דעם קרן, לכבוד דעם רבינס באזוך.

א קורצע צייט דערויף איז כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א אנגעקומען אויפן ארט אפצוגעבן א ביקור גומלין נאכדעם וואס דער גערער רבי שליט"א האט נעכטן באשיינט די חתונה הגדולה בחצר הקודש סקווירא.

עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער די שבעת ימי המשתה און די נוסח פון די שבע ברכות, דערנאך האבן די רבי'ס טועם געוועהן לחיים און דער סקווירא רבי האט זיך אנגערופן אז ער וויל נישט אויפהאלטן היות דער רבי איז עוסק במצוה. נאכ'ן זיך וואונטשן ברכות לרוב האט דער גערער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם סקווירא רבי'ן שליט"א ביז צו די גאס.

ביי די מסיבה דער בעל האכסניא הנגיד ר' אביגדור הי"ו ארומגערעט מיט התפעלות איבער די תורה רעוואלוציע מזומנים אין גור, וואס ער האט שוין זוכה געוועהן עטליכע מאל מיטצוהאלטן פון דער נאנט, און דערנאך האט מען געהערט א שיינעם דרשה פון הגה"צ רבי אהרן גאלדמינצער דומ"ץ סקווירא ירושלים א שוואגער מיטן נדיב.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ