דאנערשטאג פ' בהעלתך • ט"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם וואך איז אריינגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, וואס איז אן איידעם ביים רבינס שוואגער כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאביל, דערביי האט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון די סאטמארע ביהמ"ד אויף די דזשיל גאס אין מאנסי וועלכע געפינט זיך אין זיין שכינות. דער רבי האט דערנאך מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.