מיטוואך פ' בהעלתך • ט"ו סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן אין די נאכמיטאג שעהן איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען קיין פלעטבוש צום שטוב פון משפ' קליין הנכבדה, אלמנת הרבני הנגיד ר' אברהם נח קליין ע"ה בונה ומקים עולמות של תורה ומגדולי התומכים בחצר הקודש גור, וועלכער האט זיך אנגערופן מיטן סכום עצום פון א מיליאן דאללער לטובת די קרן התורה דחסידי גור.
דער רבי האט דארט אפגעראכטן א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך פונעם נדיב ז"ל סביב לשולחנו. עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע אנשים חשובים און קרובי המשפחה וועלכער האבן ארויסגעברענגט וואו די שטוב דא איז געוועהן א בית ועד לחכמים אנגעהויבן ביים בעל לב שמחה זי"ע, דערנאך ביים בעל פני מנחם זי"ע און אצינד האבנדיג די זכיה אז דער רבי שליט"א ברענגט אריין א ברכה אין שטוב. באזונדער איז אויפגעברענגט געווארן זכרו הבהיר פונעם נדיב ר' אברהם נח ע"ה און זיין התקשרות צו צדיקי בית גור לדורותיהם.
שפעטער אין טאג איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד ר' שמואל דוד שפירא הי"ו וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א רייכע באנקעט לטובת די קרן התורה, צו וועלכן עס זענען געלאדענט געווארן קרואי מועד פון די סאמע גרעסטע פילאנטראפן און תומכי תורה אין ניו יארק, צווישן זיי הנגידים ר' אליעזר שיינער, ר' ראלף הערצקא, ר' ראובן וואלף, ר' ברוך יערמיאש און נאך תומכי ומחזיקי תורה. עס זענען געהערט געווארן עטליכע קורצע דרשות אינצווישן זיי פון הרה"ג רבי הערשל ראטטענבערג שליט"א רב דחסידי גור אין אמעריקא.
נאכן מסיבה האט דער רבי שליט"א אויפגענומען די נגידים איינציגווייז מיט קוויטלעך, להתברך בכל מילי דמיטב.
אין לויף פונעם טאג האט דער רבי לענגערע שעות אויפגענומען דעם ציבור בבית האכסניא, וואו די חסידים און נדיבים בעם זענען איינציגווייז אריבער ביים רבי'ן איבערגעבן די תרומות הקודש.