בקול רנה וצהלה: שיינע שמחת נישואין געפראוועט בחצר הקודש באבוב 45

דינסטאג פ' בהעלתך • י"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין ואברומי בלום


בקול רנה וישועה איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן די פייערליכע שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, מיט'ן השתתפות פון א גרויסן ציבור חסידים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די געהויבענע שעה'ן פון שמחת בית צדיקים וואס איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק.

די כלה א טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' יחזקאל דוב האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' משה יהושע האלבערשטאם שליט"א אבד"ק סארוואש, און איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשענסקאוויץ פאקשעוויץ שליט"א, חתן כלה אייניקלעך פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.

די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן דעם שב"ק נשא ביים עליה לתורה וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק. ערב שבת ביים זמן האט די זיידע האדמו"ר מבאבוב 45 אנגעטוהן די שטריימל פארן חתן, און בצפרא דשבתא נאכן דאווענען איז די רבי אריבער צום ביהמ"ד סאראוואש צו די קידושא רבא לכבוד די שמחה, ווי די רבי האט זיך באגריסט מיט די פעטער האדמו"ר מבית חיים יהושע, און געוואונטשן לחיים פאר די חתן און מחותנים.

בעידנא רעווא דרעווין איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 ווי מען האט געטאנצן אויף לעבעדיגע ניגוני שמחה, און געהערט דברי חרוזין פון הרה"ח ר' בן ציון יוסף ריינהאלד הי"ו.

די חתונה האט זיך אנגעהויבן נאך מבעוד יום, ווען די תלמידי המתיבתא האבן כמנהג מקדמת דנא באגלייט דעם חתן בשירה וזמרה צום קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק. מ'האט געהערט דברי כיבושין, די רבי שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, און באגלייט דער חתן צום באדעקן, און דאן מלביש געווען דעם חתן מיט'ן קיטל און מיט'ן הייליגן ירושה-קאפל פון הרה"ק מצאנז זי"ע.

דערנאך איז מען ארויס צו די חופה וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מיט סידור קידושין איז מכובד געווען דער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, קריאת הכתובה די עלטער זיידע פון חתן הגה"צ אבד"ק פאקשעוויץ שליט"א. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הגה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א און הרבנים מצעישנוב און סאראוואש, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע דער רבי שליט"א.

דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם ברכת הקודש, ואמר כל העם אמן, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ. דערנאך איז די רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי די עלטער זיידע די סטריזובער רבי איז געטאנצן מצווה טאנץ, און דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן מחותן האדמו"ר מסטריזוב, שפעטער איז די רבי צוגעפארן צום ייחוד שטיבל אין די זאל פון עטרת חי' און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה.

שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחת החתונה, לקול תרועת השמחה פון די אלפי החסידים וועלכע האבן מיטגעלעבט פריידיגע שעה'ן פון שמחה דקדושה, די רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין באזונדערע טענץ מיט די חתן מחותנים און זיידעס, און א באזונדערע ריקוד מיט די עלטער פעטער ש"ב און ידידו כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע.

במשך די חתונה האבן זיך משתתף געווען מערערע אדמורי"ם ורבנים, מיט וועם די רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין באזונדערע ריקודי קודש, צווישן זיי די שוואגער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, האדמורי"ם מטשערנאביל, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, אמשינאוו, גאב"ד סאטמאר מאנסי און נאך.

מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און מיט די שבע ברכות די קרובי המשפחה. דערנאך איז פארגעקומען דער "קאזאקן טאנץ" כנהוג, און דערנאך האט מען צוגעטרעטן צו די געהויבענע מצוה-טאנץ, ווען הרה"ג ר' צבי ארי' ריינהאלד שליט"א האט אויפגערופן דעם רבי'ן צו די ריקודין לפני הכלה, איידער'ן טאנצן האט דער רבי געהייסן זינגען דעם הייליגן ניגון דביקות פון הרה"ק רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע, און נאכן טרינקן לחיים האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש אין ווארעם אנגעוואונטשן אלע מחותנים און זיידעס, באזונדער האט די רבי שליט"א ארומגערעט איבער די לעכטיגע המשכה פון די זרע קודש צאצאי הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, און די התרגשות ביים דאזיגע שמחה זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס עס זענען זיך משדך די דריי אחים הקדושים קינדער פונעם קדושת ציון הלא המה הרה"ק מבאבוב זצ"ל, הרה"צ רבי חיים יהושע הי"ד, און הרה"צ מפאקשאוויץ זצ"ל, דערנאך האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין די געהויבענע פלאם פייערדיגע ריקודין לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים. דערנאך האט די רבי געטאנצן מיטן חתן און מיט די מחותנים און זיידעס, און איז דערנאך ארויס אין א גרויסן רינג מיט די גאנצע משפחת המלוכה.

דערנאך איז די חתונה נמשך געווען מיט די מצוה-טענץ פון די געהויבענע זיידעס און מחותנים און חתן-כלה, די חתונה איז פארענדיגט געווארן אום דריי אזייגער מיט'ן געהויבענעם ריקוד "אין כאלקינו" כמנהג צאנז, וואס דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט בנעימות ודביקות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ