שפוך שיח: האד' מוויזניץ אנגעקומען אויף א תפילה ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו

מיטוואך פ' בהעלתך • ט"ו סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מרן אדמו"ר מוויזניץ שלט"א וואס וויילט די יעצטיגע חדשים אין מושב אורה בגלילות ירושלים לצורך מנוחה, איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי מעתיר צו זיין בדבר ישועה ורחמים. דער רבי שליט"א איז מיט ספעציעלע ערלויבעניש צוגעפארן מיטן קאר ביז צום כותל המערבי, וואו עס האט אפגעווארט דעם רבי'ן הגאון ר' שמואל ריבנוביץ שליט"א דער רב הכותל והמקומות הקדושים. דער רבי איז צוגעגאנגען צום כותל מערבי און דארט שוך שיח געוועהן א תפילה קצרה בהתעוררות רב, אויסצובעטן ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל. ביים פארלאזן די כותל האט דער רבי אנגעוואונטשן דער רב הכותל הרב רבינוביץ און די מתפללים אויפן ארט.

אין אנדערע נייעס איז געמאלדן געווארן מטעם דעם רבינס שטוב, אז אויף די וואך שבת פ' בהעלותך וועט דער רבי וויילן במעון קדשו אין קרית וויזניץ, און וועט מיטן אויבערשטנס הילף אריינקומען צו די תפילות און טישן אין גרויסן ביהמ"ד לשמחת לבם פון די חסידים.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ