דינסטאג פ' בהעלתך • י"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די גרויסער סוכה שע"י ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן די מעמד החומש סעודה פאר די ילדי כתה א' תלמידי מוסדות באבוב אין שטאט לינדען, די מעמד איז מיגטהאלטן געווארן דורך די עלטערן און זיידעס פון די תלמידי המוסדות, און די ילדי התלמוד תורה פון די עלטערע כיתות.
באלד ביים אנהייב פונעם חומש סעודה, נאכן פתיחת המעמד דורך דער מנהל הרב בן ציון משה יאיר וויינשטאק, האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני קדשו פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. א מחזה הוד איז געוועהן ווען דער רב שליט"א האט באמערקט הרה"ח הישיש ר' משה מאיר איינהארן לאויט"א מזקני חסידי באבוב צווישן די משתתפים, דער רב האט זיך אויפגעשטעלט מקיים צו זיין דעם 'מפני שיבה תקום והדרת פני זקן' און איז אראפ פונעם בימת הכבוד און צוגעגאנגען געבן שלום פאר ר' משה מאיר שיחי'.
נאכדעם וואס די קינדער האבן פארגעזאגט די פסוקים כנהוג איז געהערט געווארן גראמען דורכן בעל מנגן בחצה"ק באבוב הרב מרדכי וואלף לאנדא הי"ו, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה, ווען עס דערקענט זיך אויפן רבינס געזיכט א התרגשות של שמחה צוזעהנדיג וואו די גאלדענע קייט פון הרבצת תורה וחסידות ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת. דערנאך האט דער רב שליט"א געטרינקען לחיים, געוואונטשן די עלטערן און זיידעס און געגעבן לחיים פאר די עסקנים און מלמדים, נאכן מעמד זענען אלע קינדער דורך אל מול פני הקודש און דער רבי שליט"א האט פארטיילט א חומש פאר יעדער פון די קינדער באזונדער.