מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמוליק קורלנסקי
מסוף העולם ועד סופו האט אפגעהילכט די מאסיווע קידוש שם שמים און כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפילט על אדמת אמעריקע, ווען א געשאצטע דרייסיג טויזנט אידן מבני היכלא דאורייתא האבן זיך צונויפגעזאמלט ביים היסטארישן מעמד “אדירי התורה”, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל לומדי תורה באלפי', לרומם ולהדר די חשובע לומדי תורה ומחזיקי תורה פון בית המדרש גבוה ד'לעיקוואד, מיט אירע קרוב צו צען טויזנט לומדי תורה מתוך הדחק.
דער מעמד נשגב איז אפגעהאלטן געווארן צום פערטן יאר נאכאנאנד ,פיר יאהר פון הרמת כבודה של תורה אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם, דורכ'ן אינציאטיוו פון די וועלט'ס גרעסטע תורה פילאנטראפן, מיט פארצווייגטע פעולות ודמים תרתי משמע צו הייבן געהאלט פאר אלע כולל יונגעלייט.דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן "וועלס פערגא סטאדיום" אין פילאדעלפיע מיט אירע העכער פינף און צוואנציג טויזנט זיץ פלעצער, אין צוגאב צו נאך א ריזן ציבור וואס האט מיטגעהאלטן די מעמד לעבעדיג צוליב די איבערפלוס פון לומדי תורה וחובבי תורה.אן ערהאבענע בימת הכבוד פון פינף הונדערט רבנים וראשי ישיבות, תלמידי חכמים ומרביצי תורה, האבן אפגעשפיגלט די ציל פונעם נאכט, זעענדיג מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע כח התורה וואס קומט ארויס מבין כותלי הישיבה, אין שפיץ האט זיך אנגעזען די ארבעה מטיבי לכת, די פיר גדולי ראשי הישיבות פון בית מדרש גבוה, הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א, הגאון רבי ישראל צבי נוימאן שליט"א, און הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א.
בהדרת כבודה של תורה האט מען בשמחה עצומה מקבל פנים געווען דעם אורח נשגב פון ארץ הקודש, הגאון הגדול ר' עזריאל אויערבאך שליט"א, וועלכער איז געקומען ספעציעל צו פארן צום מעמד, און איז אויפגענומען געווארן מיט פייערדיגער ריקודין דורך דעם ציבור האלפים.אזוי אויך האט זיך אנגעזען די השתתפות פון די גדולי ראשי הישיבות אין אמעריקע, הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל ראש ישיבת סאוט פאולסבורג, הגאון הגדול ר' שלמה פייביל שוסטאל שליט"א ראש ישיבת נאות יעקב, הגאון הגדול ר' ראובן פיינשטיין ראש ישיבת סטעטן איילענד, כ"ק האדמורי"ם מסקולען לעיקוואוד, תולדות מרדכי וויזניץ, וויעלפאלי, האחים האדמורי"ם מנאווימינסק, דייני ק"ק בעלזא, און נאך חשובע ראשי ישיבות און אדמורי"ם ורבנים פון שטאט לעיקוואוד, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
דורכאויס די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך אנגעהויבן די מאסן שטראם פון אלע געגנטער ארום, לעיקוואד, ברוקלין, מאנסי, און אלע אנדערע שטעט וואו עס וואוינען לומדי תורה ומחזיקי תורה. הונדערטער באסעס האבן געפירט דעם ציבור צום ריזן סטעדיום אין פילאדעלפיע, וואו די גאנצע זאל איז בליץ שנעל געווארן איבערגעפולט מקצה אל קצה, און א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט פאר אלע באטייליגטע לכבוד התורה ולומדיה.דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת מנחה און אמירת תהילים, און גלייך נאכדעם האט מען אויפגערופן דער ראש הישיבה הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א צו אדרעסירן דעם מעמד און משמיע זיין דברי ברכה לכבוד התורה ולומדיה. דער ראש ישיבה האט מקדם געווען בברכה די חשובע גאסט פון ארץ ישראל, הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א און בקול חוצב געמוטיגט די טויזנטער לומדים און די מחזיקים, וועם ער האט באצייכנט אלס "אדירי מחזיקי התורה", און אפעלירט פאר בעלי בתים צו העלפן גרינגער מאכן שאפן דאס געלט. בסיום דבריו האט דער ראש הישיבה מודיע געווען איבער א פרישע העכערונג אין די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, א שטארקע מהפכה וואס איז צושטאנד געקומען בנדבת לבם פון די מחזיקי תורה אדירי התורה, כאטש די שווערע פינאנציעלע מצב, מיטן אינפלאציע.
הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א האט אדרעסירט דעם "משא המעמד" מיט פלאמעדיגע טללי חיזוק פאר לומדי תורה, וואס זייער זכות איז מגין אויף די גאנצע וועלט ובפרט אין די יעצטיגע שווערע מצב העולם, מיט די גזירות על הדת איבער די וועלט און בפרט די גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל, און אט דער כח וועט בעז"ה בטל מאכן אלע גזירות רעות.דער ציבור הרבבות איז געכאפט געווארן אין עלעקטעריזירנדע איבערראשונג ביים מקבל פנים זיין דעם זקן ראשי ישיבות באמעריקע, הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילאדעלפיע, וואס טראץ זיין הויכן עלטער און שווערע געזונט צושטאנד, וספר תורה שרוי בצער, זייענדיג שפיטאליזירט ביז געציילטע טעג צוריק, האט אבער דער ראש הישיבה זיך אנגעשטרענגט לכבוד התורה בטירחא דגברא רבא צו מפאר זיין בראש המעמד.
נאכן אויפשפילן א שיינעם פרעזענטאציע, מלא וגדוש מיט התחזקות והדרכה פאר לומדי תורה, האט הגאון רבי ישראל נוימאן שליט"א געמאכט א סיום אויף בבלי און מאל ירושלמי, לעילוי נשמתם פון צוויי חושבע אינגעלייט לומדי הישיבה וועלכע זענען ליידער נעדר געווארן דעם יאהר. א פלאקער פון חדות התורה האט איינגעהילט דעם זאל נאכן קדיש דרבנן ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין גאר עקסטאזפולע טענץ לכבוד התורה, וינועו אמות הסיפים.דער משא המעמד איז געגעבן געווארן דורכ'ן פה מפיק מרגליות הגאון רבי ארון רייך שליט"א פון די חשובע ראשי הישיבה אין לעיקוואד וואס איז אן איידעם ביים ראש הישיבה הגאון רבי שניאור קאטלער זצ"ל, מיט טייערע רעיונות איבער'ן חשיבות פון תורה; די שארית הפליטה נאכן קריג די גדולי ישראל וועלכע האבן אויפגעשטעלט אזא תורה אימפעריע; די השגות פון די אדירי התורה בלויז צו שטייגן אין תורה ויראת שמים כאטש אלע נסיונות און ווינטן ארויסצוגיין ארבעטן; און די השפעה און טיפער רושם וואס די החזקת התורה לאזט איבער אויף די יששכר זבולון די תומכין דאורייתא.דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט "קבלת עול מלכות שמים" וואס איז פארגעזאגט געווארן בהתעוררות רב דורך הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א און הגאון רבי דוד שוסטל שליט"א.
די היסטארישע מאמענטן וועלן לאנג געדענקט ווערן ביי די וואס האבן עס מיטגעהאלטן, די געוואלדיגע כבוד התורה וואס איז נתרומם געווארן למעלה למעלה און די חיזוק ברוח ובגשם וועט באגלייטן די חשובע לומדי תורה עדי ביאת הגואל. אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבין עליכם.