פלעטבוש: סכומים עצומים אויפגעטריבן לטובת קרן התורה ד'גור ביי מסיבה מפוארה בבית הנגיד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען


ווי ברייט באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א נעכטן זונטאג אין די צופרי שעה'ן אנגעקומען על אדמת אמעריקע מיט'ן ציהל אויפצוטרייבן מיליאנען דאללערן פאר'ן "קרן התורה" אוועקצושטעלן א בסיס לטובת די ישיבות און כוללים דחסידי גור איבער גאנץ ארץ ישראל וואס געפינען זיך אצינד אין א שווערן מצב צוליב דעם גזירת גיוס בני הישיבות, שוין אינעם ערשטן טאג שטייענדיג נאך ווייניגער ווי 24 שעה זינט דער רבי האט באטרעטן דעם אמעריקאנער באדן איז שוין געשאפן געווארן פּרעצעדענטלאזע אסטראנאמישע סכומים לטובת דעם קרן, נאכדעם וואס וואס דער רבי שליט"א האט שלא כהרגלו זיך מטריח געווען לכתת רגליו ארויפצוגיין צו נדיבים וועלכע זענען מנדב א מיליאן דאללער און העכער לטובת הקרן, אין צוגאב צו אידן וועלכע זענען אליין געקומען און אריינגעברענגעט ריזיגע סכומים צום רבי'ן.

נעכטן זונטאג פארנאכטס איז פארגעקומען די ערשטע מסיבה לטובת די קרן אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל באמעריקע וחבר נשיאות איחוד מוסדות גור העולמי, אין פלעטבוש, וואו עס האבן זיך באטייליגט אן ענגע צאל פון  25 קרואי מועד געלאדענטע געסט, וועלכע האבן זיך משתתף געווען מיט א סכום פון לכל הפחות א האלב-מיליאן דאללער לטובת דער קרן התורה דחסידי גור.

דער רבי שליט"א איז אנגעקומען לבית משפחת ווערדיגער אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן וואו מ'האט צום ערשט געדאווענט מנחה דארט אין שטוב, בעפאר תפלת מנחה האט דער בעל אכסניא הנגיד ר' שלמה געוויזן פאר'ן רבי'ן א סידור פונעם שר התורה הגאון ר' חיים קנייבסקי זצ"ל וואס ער ערהאלטן במתנה, און האט מכבד געווען דעם צו דאווענען פונעם סידור.

נאך מנחה איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הנגיד ר' שלמה ווערדיגער, וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן אן אות און איז דאן געגאנגען הגבה, דאן האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט'ן ס"ת און דערנאך מכבד געווען דעם נדבן און בעל אכסניא ר' שלמה צו טאנצן מיט'ן ספר תורה.

דערנאך איז מען ארויס צום ספּעציעלן שאטער בחצר ביתו פון הנגיד ר' שלמה וואו די געלאדענטע געסט האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודה צוגעשטעלט כיד המלך ווי עס פאסט זיך לכבוד התורה ותומכי', אנפאנג סעודה האט מען בחרדת הקודש מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער איז תיכף ארויפגעגאנגען אויפ'ן אויבנאן און איז געזעצן גאר א לאנגע צייט בראש המסובין, ווען לידו זיצט דער בעל אכסניא הנגיד ר' שלמה ווערדיגער און ארום זיי די קינדער פון רבי'ן וועלכע באגלייטן אים דורכאויס דעם באזוך הרה"צ ר' נחמי' שליט"א און הרה"צ ר' ישראל מנחם שליט"א.

צום ערשט איז פארגעקומען א סיום מסכת דורך הרבני הנגיד ר' שמואל ווערדיגער הי"ו זוהן פונעם בעל אכסניא, און דערנאך האט דער בעל אכסניא הנגיד ר' שלמה הי"ו איינגעלייטעט די מסיבה וואו ער האט בהדרת הקודש מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, און האט אויך באגריסט אלע געסט און זיי באדאנקט פאר זייער השתתפות, ר' שלמה האט אין זיינע ווערטער ארויסגעברענגט דעם היסטארישן באדייט פון אט די זעלטענע נסיעה וואס דער רבי שליט"א האט אצינד אונטערגענומען, וואס ער איז ממש יצא מגדרו אויף אזא פארנעם און זיך מטריח געווען בטלטולא דגופא ארויסצוקומען קיין אמעריקע און ארומגיין על פתחי נדיבים צו שאפן די נויטיגע געלטער פאר'ן קרן התורה, וואס דאס טוט אונטערשטרייכן דעם אויסערגעווענליכן שווערן מצב וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון גור, און אז דער רבי שליט"א האט זיך אנגעשטרענגט יותר מיכלתו פאר דעם הייליגן צוועק איז דאס מחייב אלע נדיבים בעם אנטקעגן צו קומען דעם רבי'ן מיט ריזיגע סכומים געלט יותר מכפי יכולתם  פאר דעם הייליגן צוועק.

ר' שלמה האט דאן אויפגערופן דעם רבי'נס זוהן הרה"צ ר' נחמי אלתר שליט"א אויפצוטרעטן מיט'ן משא המעמד, הרה"צ ר' נחמי' האט א לענגערע צייט ארומגערעדט שיינע דברי תורה וחסידות, און בתוך דבריו האט ער ארויסגעברענגט אז די יעצטיגע נסיעה איז געווען אין א בחינה פון אתערותא דלעילא, נאכדעם וואס קיינער האט נישט גע'חלומ'ט און געטראכט אז מען זאל אזוינס צושטאנד ברענגען נאר ס'איז געקומען פון רבי'ן שליט"א אליינס וועלכער האט אויסגעדריקט רצון קדשו אז ער וויל אונטערנעמען אזא נסיעה צו שאפן די געלטער, ר' נחמי' האט דאן ארומגערעדט איבער'ן שווערן מצב פון די עמלי התורה די פילע טויזענטער גערער כולל אינגעלייט וועלכע זיצן און הארעווען אין לערנען מתוך הדחק, אויסגעשפּרייט איבער 7 שטעט ברחבי ארץ הקודש: ירושלים, בני ברק, חצור, קרית גת, בית שמש, ערד, און דימונה, ווען דערביי האט ער דאס מרמז געווען אין די וואכעדיגע פרשה פון 'בהעלותך את הנרות' זאגנדיג בדרך מליצה אז אט די 7 שטעט זענען מרמז אויף די שבעת הנרות פון די מנורה, וואס אויף אונז אלע ליגט דער תפקיד להאיר את הנרות, ביים ענדע האט הרה"צ ר' נחמי' זיך באדאנקט פאר א צאל נדיבים פון חצר הקודש גור וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט גאר פאנטאסטישע סכומים לטובת דעם קרן, צווישן זיי משפחת ווערדיגער, משפחת קליין, און משפחת בייטעל.

דערנאך האבן גערעדט הרה"ג ר' משה חיים דענדעראוויטש שליט"א ראש ישיבת שפת אמת, און הרה"ג ר' הערשל ראטטענבערג שליט"א רב דחסידי גור בארה"ב ורב דקהלה קדושה גור אין בית שמש, וועלכע האבן ביידע איבערגעגעבן לעבעדיגע עדות'שאפטן פונעם שווערן מצב וואס הערשט ביי די טויזענטער היימישע אינגעלייט בני הכוללים דחסידי גור וועלכע זיצן און לערנען תורה מתוך הדחק, וואס ס'איז אזא געוואלדיגע חשיבות און א זכי' צו שטיצן אזעלכע געהויבענע אינגעלייט וועלכע זענען זיך ממית באהלה של תורה, בשעת זייערע שילדערונגען האט דער רבי שליט"א געלאזט פאלן טרערן און דער צבור איז אויסטערליש נתעורר געווארן זעהנדיג ווי דער שווערער מצב פון די עמלי התורה בארירט דעם רבי'ן שליט"א אויף גאר א פּערזענליכן פארנעם.

דאן איז געקומען דער קלימאקס פון די מסיבה ווען דער צבור האט זוכה געווען צו הערן ברכות קדשו פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אנגעוואונטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן די אלע וועלכע שטיצן דעם עולם התורה זאלן האבן הצלחה ברוחניות ובגשמיות בבני חיי ומזוני.

דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געפילן און מיט א ווייטערדיגע אייפער און גרייטקייט ארויסצוהעלפן דעם קרן הצלת עולם התורה ביתר שאת ויתר עז.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ