חסידי תולדות אברהם יצחק מיטגעהאלטן הערליכע חתונה אינעם רבינס הויף; החתן בן זקונים פון ר"י תולדות אברהם יצחק

דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אין דער שטאט ביתר איז נעכטן מיטוואך געפראוועט געווארן די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק ווען בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן בן זקונים פון הגה"צ רבי אהרן קאהן ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שמעון דוב בראנסדארפער שליט"א זון פון הגאון הגדול רבי מאיר בראנסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם.

די שמחה האט אויסגערופן גרויס התרגשות ביי די חסידים ווען דעם רבינס עלטסטער זון די ראש ישיבה פירט אונטער זיין יונגסטע קינד אונטער די חופה נאכן חתונה מאכן אלע קינדער בלי הרע, און עס האט זיך טאקע דערקענט א גרעסערער ציבור חסידים און געסט אנגעהויבן ביי די פרחי החסידים די ילדי התלמוד תורה, בחורים, אברכים און בעלי בתים וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען אין די שמחה בבית צדיקים, און הויעך שטאקיגע פארענטשעס איז אויפגעשטעלט געווארן ארום דעם גאנצן אודיטאריום.

ביים קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקאסוב ירושלים שליט"א. ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע הרה"ח ר' יעקב שפיטצער שליט"א, ברכות ראשונות כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א א מחותן מצד החתן, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א א מחותן מצד החתן. נאכן חופה האט דער מחותן דער ראש הישיבה משמיע געווען דברי שבח והודאה שטייענדיג ביים חתונה פונעם בן זקונים, האבנדיג די זכיה אז מלכינו בראשינו דער ראש בית אב באשיינט בראש השמחה, באלד דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.

עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצווה אינעם זאל, ווען אינצווישן די חופה און די סעודת החתונה האט זיך די רבי שליט"א אויפגעהאלטן אינעם נייעם דירה בבית מדרשו אין שטאט ביתר, און ארום 11:30 אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען בקול רינה ותודה. די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה, טועם געווען פון די מאכלים, געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים. דאן האט בדחנא דמלכא ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן, און מען האט ממשיך געווען די פרייליכע ריקודין.

בשעת די שמחה האבן זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה דעם רבינס ברודער'ס און שוואגער'ס האדמורי"ם מנחלת אהרן, מבקשי אמונה, ראש ישיבת תולדות אהרן, קאסאני בית שמש און זידיטשוב בני ברק.

נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צו די מצווה טאנץ, ווען דער בדחן ר' ישראל שטערן האט צום ערשט אויפגערופן דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי חרוזין, די רבי האט דערביי אפגעראכטן די ריקודין מיט אן אש קודש טאנצנדיג לפני הכלה בעוז ותעצומות און דערנאך א באזונדערע ריקוד מיט בנו הגדול הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א. די רבי איז פארבליבן אינעם זאל און מיטגעהאלטן די שמחה ביז נאך די מצווה טאנץ פון חתן לפני הכלה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ