התרגשות'דיגע יום טוב אין קארלין סטאלין ביים פתיחת שערים פון נייעם גיגאנטישן בנין ביהמ"ד הגדול

דאנערשטאג פ' נשא • ט' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט א שמחה עילאה האבן אלפי חסידי קארלין סטאלין געפייערט די היסטארישע געשעעניש, ווען מ'האט אין א מזל'דיגע שעה זוכה געווען צו מחנך זיין דעם בית גדול וקדוש, דער נייער ביהמ"ד הגדול אין גבעת זאב, נאך לאנגע יאהרן ארויסקוקן און ווארטן.

ווי ברייט באקאנט איז מיט פיר יאר צוריק ערב שבועות תשפ"א, געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית פאר'ן נייעם ביהמ"ד הגדול וועלכע האט נאך דאן געהאלטן ביי די לעצטע שטאפלען פון פארענדיגט ווערן. אין סאמע ברען פון די חגיגה, האט פאסירט די שוידערליכע פארענטשעס אומגליק, השם ירחם, און דער בנין איז זינט דאן געוועהן פארשלאסן ביז ארום צוויי יאהר צוריק ווען מען האט ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן, און ממשיך געוועהן די בוי ארבעט אין פולן טעמפא אויף אלע שטאקן פונעם בנין. 

אצינד שטייענדיג ביים זמן תורתינו ווען א גרויס טייל פונעם בנין איז פארענדיגט, האט מען ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו מחנך זיין דעם בנין צייטוויליג, די היכל הטישן וואס איז שוין ב"ה פארענדיגט ברוב פאר והדר, איז איינגערישט געווארן מיט נייע בענק, און אין צוגאב איז אויפגעשטעלט געווארן א צוויי שטאקיגער גאלעריע צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים זקנים עם נערים ביי די תפילות און טישן.

לויט די הוראת הקודש פון רבי'ן האט מען שוין באנייעט דעם בנין שבת קודש ערב יום טוב, צו קענען זיך שוין אריינציען אויף יום טוב מיטן פולסטן הרחבת הדעת.

ערב יום טוב נאכמיטאג האט מען זיך פארזאמלט אלע חסידים יונג און אלט אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א מחנך צו זיין דעם נייעם ביהמ"ד, מיט אמירת ספר רביעי שבתהילים ברוב עם, דאן האט מען געדאווענט מנחה מיט גרויס התעוררות און דערמיט מחנך געווען דעם בית הגדול, וואו דער קול תפלה האט אפגעדינערט במשך גאנץ יום טוב אויפן קארלינער שטייגער. מיטן האפענונג אז לקראת די ירח האיתנים הבעל"ט וועט מען שוין מחנך זיין אויך דעם היכל הבית מדרש הגדול זעלבסט.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ