מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה – אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש
א אייגענארטיגע אווענט איז אפגעהאלטן געווארן אין איינע פון די גרעסטע לופטפעלדער אין אמעריקא, די דזשעי עף קעי לופטפעלד וואו דער היינט-ברייט בארימטער רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע איז אויפגענומען געווארן דורך די אינטערנאציאנאלער דעלטא לופטליניע, אהערצושטעלן די אווענט אויף נישט קיין צווייטן ארט וואו דער גיגאנטישער ראנוועי אינעם עירפארט.
די לופטליניע, האט צוגעשטעלט א ספעציעלע אווענט פאר אירע הונדערטער מיטארבייטער, און זענען אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל אפצורעכטן דעם דאזיגן אווענט ביים ראנוועי אין די קענעדי לופטפעלד, כדי אויסצופירן דעם פלאן מן הכח אל הפועל האבן זיי באשטעלט די בארימטער רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע, וואס איז ברייט באקאנט מיט זייער סוקסעספולע אוווענטס גרויסע און קליינע, אלע סארטן טענטס, טישן, בענקלעך, סטעידזשעס, און נאך.
אין בלויז געציילטע שעהן האט רענטעסטיק צוגעשטעלט אלע באדערפענישן אויפן ארט, אויפגעשטעלט די שאטער, די הויכע פלאטפארמעס, טישן און בענק, און נאך צוגעהערן. קארגע צוויי שעה נאכן אווענט האבן די לעצטע טראקס פארלאזט דעם לופטפעלד און די ראנוועי איז צוריק אריין אין פולן דינסט פאר די אריינקומענדע פליגערס.
רענטעסטיק איז באקאנט מיט זייער אויסערגעווענליכע סערוויס, שנעלע סערוויס און געשמאקע צוגאנג, באשטעלט פריער צו זיין פארזיכערט מיט אייערע באדערפענישן: