עטרת זקנים: שמחת החאלאקע פון היניק איר אייניקל פון האד' מבאבוב-45

מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה – אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש


אין די טעג בעפאר יום טוב שבועות איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב -45 שליט"א די שמחת החאלאקע פון א איר אייניקל ביים רבי'ן, אן אייניקל ביי זיין איידעם הרה"צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט"א, היניק זוהן פון הרב מענדל הורוויץ שליט"א זוהן פון בנש"ק הרה"ג ר' יעקב יצחק הורוויץ שליט"א, דער רבי האט געלערנט די סדר הא' ב' מיטן אייניקל און געלעקט האניג כמנהג ישראל תורה, דערנאך האט דער רבי אפגעשוירן דאס קינד און מכבד געוועהן די איבעריגע זיידע'ס צו שערן. מען האט דאן געטרינקען לחיים לכבוד די שמחה און ארומגעשמועסט בנועם שיח.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ

וְיִשְׂמְחוּ כָּל הָעָם • חג הסוכות בחצר הקודש קאפיטשניץ