חסידי ומעריצי סקולען אין פאראייניגטע אנטשלאסנקייט אוועקצושטעלן א יסוד איתן פאר ק"ק סקולען אין בארא פארק

מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה – אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגערף JDN


א ציבור עצום חסידי וידידי בית סקולען, האבן זיך באטייליגט בהמוניהם ביים מעמד אדיר 'להמשיך', וועלכע איז געווען געווידמעט אוועקצושטעלן א פינאציעלע בסיס פאר'ן סקולענער קהילה אין בארא פארק. די מעמד איז פארגעקומען אין דעם נאסטאלגישן סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק, באותו מקום קדוש ווי צדיקי בית סקולען לדורותיהם האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה במסירת נפש, און הונדערטער אידן האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים יותר מכפי יכלתם לטובת דעם ביהמ"ד, כדי דער מקום קדוש זאל ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט, ביתר שאת ועוז תחת דגלו הטהור פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.

נאך א ווארימע תפלת מנחה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות און מ'האט צוזאמען געזאגט דעם 'תפלת השל"ה' בהשתפכות הנפש, שטייענדיג אין דעם יום המסוגל 'ערב ראש חודש סיון'. דערנאך האט זיך דער גאנצער ציבור געוואשן צו א סעודת ראש חודש וואס איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך אויף אן עלעגאנטע פארנעם. אלס יושב ראש העמד האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' יוסף מייער שליט"א מחשובי חסידי סקולען ומגי"ש בישיבת מאור התורה, וואס האט געעפענט די מעמד מיט טרעפליכע ווערטער און ארויסגעברענגט די געגועים פונעם ציבור וואס לעכצט און בענקט צו יענע געהויבענע זמנים בהילו נרם על ראשינו, ווען די צדיקי בית סקולען האבן צווישן אט די פיר ווענט אפגעראכטן זייער עבודת הקודש אויף אזא געהויבענע פארנעם, און אצינד טוט דאס ווייטער נמשך ווערן דורך ממלא מקומם כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, אבער אם אין קמח אין תורה און מ'מוז האבן די פינאציעלע הילף פונעם ציבור אז די מקום קדוש זאל ווייטער קענען האבן א קיום.

אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן דער בארימטער פה מפיק מרגליות הרב אהרן אריה אייזענבערג שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט במתק לשונו די מטרה פון די אסיפה, מחזק צו זיין דעם הייליגן ביהמ"ד פון ווי עס קומען ארויס אזויפיל תורה עבודה ויראת שמים ביי די דערהויבענע תפלות און לעכטיגע טישן במחיצת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.

דאן האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וואס האט צום ערשט ארומגערעדט איבער די גודל מעלת מצות צדקה און מחזיק זיין מקומות תורה ותפלה. דאן האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגענהייט וואס דער גאנצער ציבור איז זיך צוזאמגעקומען לשמוע את דבר ה', און האט איבערגעגעבן שטארק דברי חיזוק והדרכה דברים הצריכים תיקון. צום ערשט האט דער רבי ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון קביעת עתים תורה און לערנען פאר'ן דאווענען. דער רבי האט ערווענט אז דאס מיינט נישט אז צוליב דעם זאל מען דאווענען שפעט, נאר פארקערט, מ'זאל זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פרי. אזוי אויך איבער די וויכטיגקייט פון לענרען ספרי חסידות, נישט סתם אריינבליקן, נאר עס גוט דורכלערנען און די ענין פון לענרען ספרי מוסר און בפרט ספר 'ארוחת חיים להרא"ש' וואס דער רבי די ישועות יעקב האט נאך איינגעפירט אז מ'זאל דאס לערנען טעגליך. אויך האט דער רבי געבעטן אז מ'זאל איינפירן צו לערנען א סדר אין ספר 'מאור ישראל' פונעם זיידן דער רבי זצ"ל, וואס איז לעצטענס ערשינען.

דאן האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ענין פון 'עבודה' אז מ'זאל דאווענען מיט א ברען און א שמחה של מצוה, דער ענין פון גמילת חסידים זיך צו זארגן פאר א צווייטן און ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן.

צום שלוס האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ענין פון צניעות ביי נשים וואס דארף א שטארקע תיקון אין אלע הינזיכטן און אזוי אויך איבער די שעדליכע טעכנעלאגישע כלים, וואס יעדן טאג קומען ארויס פרישע זאכן, אויך אזעלכע סארט כלים וואס קוקן אויס כשר פון אינדרויסן, אבער מ'דארך האבן אן עינא פקיחא און בלויז קויפן אזעלכע סארט כלים וואס זענען גענצליך געכשר'ט און פארמאגן א זיגל.

נאך די דברות קודש האט דער רבי מכבד געווען אחיו האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א צו בענטשן ברכת המזון על הכוס. נאכן בענטשן איז דער ציבור אריבער ביים רבי'ן און מקבל געווען 'כוס של ברכה' וואס איז געווען אויסגעמישט פון די שיירי כוס של ברכה פון די שלשת הרועים צדיקי בית סקולען לדורותיהם.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ