"מעמד סיום כתיבת האותיות" אויף ספר תורה פון האד' מדאמבראווא באשיינט דורך פילע אדמור"ים ורבנים חשובים

דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י. JDN


אין שטאט בארא פארק וועט דעם יום טוב שבועות געפייערט ווערן די געהויבענער חגיגת הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן ברוב פאר והדר לבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מדאבראווא שליט"א פון די חשובע רבנים אין שטאט, די ספר תורה ווערט אריינגעגעבן דורך בנו החביב בנש"ק הרב ר' נפתלי אונגער שליט"א וועלכער האט געלאזט שרייבן די מהודר'דיגע ספר תורה לכבוד בית אבא.

אין בעפארברייטונג צום חגיגה איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן די "מעמד סיום כתיבת האותיות" כמנהג ישראל מקדמת דנא אז אידן שרייבן אריין די לעצטע אותיות אין דער ספר תורה. דער מעמד כתיבת האותיות איז פארגעקומען אין שטוב פונעם דאמבראווא רבי'ן וואו עס זענען ארויפגעקומען א צאל אדמור"ים ורבנים חשובים ואנשי שם וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין בשמחתו פונעם רבי'ן, און דערביי געהאט א געלעגנהייט אריינצושרייבן אן אות אין דעם ספר תורה.

בראש וראשון דעם רבינס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וואס האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און איבערגעלאזט ברכת קדשו פארן בעל שמחה דער דאמבראווא רבי ובני משפחתו.

באזונדער האבן זיך אנגעזעהן דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און די שוואגער'ס האדמור"ים לבית ספינקא, בית יצחק ספינקא, תולדות צבי ספינקא, קארלי, און נאך קרובי המשפחה אינצווישן זיי האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א און נאך פיל.

באזונדער זענען ארויפגעקומען הונדערטער תשובי בארא פארק, באקאנטע און מתפללי ביהמ"ד, עס איז געוועהן שפעט באנאכט ווען מען האט מסיים געווען און זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ בשמחת התורה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ