האד' מסערט וויזניץ פוקד געוועהן ציון הק' פון זקינו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע אין בני ברק | בילדער גאלעריע

דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


כמידי שנה בשנה אין טאג פון ב' סיון איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ארויסגעפארן קיין בני ברק, צום ציון הקדוש פונעם זיידן דער הייליגער אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, מקום מנוחת קדשו אינעם אוהל אדמור"י בית וויזניץ אויפן בית החיים זכרון מאיר, וואו מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות, און די רבי האט זיך משתטח געווען אויפן ציון המצוינת א לענגערע וויילע. דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פונעם פאטער די חכמת אליעזר און די זיידע די מקור ברוך, און דערנאך אריין אינעם אוהל פון די רעבעצינס לבית וויזניץ און מתפלל געווען א תפילה קצרה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ