פאנטאסטישע סכומים אויפגעטריבן התייסדות פון נייע קרית הישיבות דחסידי סקווירא ביי מעמד אדיר "והראנו בבנינים"

מיטוואך פ' במדבר • א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין JDN


בחצר הקודש סקווירא, פארלאפענעם זונטאג פארגעקומען א גייסטרייכע מעמד אויפצוטרייבן פאנטאסטישע סכומים אדירים צום התייסדות פון די נייע קרית הישיבות דחסידי סקווירא אין ניו ווינדסאר ניו יארק, די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט דערביי אפגעראכטן די הזכירו טיש, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו דער הייליגער טשערנאבילער מגיד זי"ע.

דער ביהמ"ד איז געוועהן ספעציעל אויסגעשטעלט לכבוד די מעמד, שיין געדעקטע טישן מיט טעימה קלה פאר בעלי בתים און אינגעלייט, און הויעך שטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבות. די קאפעליע מנגנים בחצר הקודש האבן מהנה געוועהן בשירה וזמרה לכבוד המאורע. 

הרב יודל שפיטצער מנהל ישיבה גדולה קול יעקב האט אויפגעטרעטן מיטן פתיחת הערב, וואו ער האט געשילדערט די דחקות וואס הערשט אין די ישיבה, און ווי די ישיבה האט געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן, זייענדיג א שווערע אפקומעניש און עס איז שוין העכסט צייט צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה.

דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א קורצע סעריע שאלות ותשובות מיט צוויי פון די חברי הוועד, ה"ה הרה"ח ר' יודל בירנהאק און הרב איתמר כץ אן אייניקל פון רבי'ן שליט"א וועלכע האבן אויסגעשמועסט די השתלשלות הענינים ארום די אפקויף פון די גיגאנטישע שטחים פארן קרית הישיבות און די מעלות פון דעם פלאץ.

ארום 9:00 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד, דער דיין הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א האט תיכף געמאכט דעם סיום משניות, און מען האט געזאגט קדיש. מען האט דאן געזינגען דעם התעוררות'דיגן ניגון הזכירו דריי מאל נאכאנאנד בהתעוררות רב, און מען האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די כוללות קוויטל, וואו דער מנהג אין סקווירא ביומא דהילולא.

דער דבר המעמד איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' מאיר פאכמאן מנהל הישיבה גדולה ברכת יעקב סקווירא, וואס האט דערמאנט די גרויסע זכות צו קענען ארויסהעלפן דעם רבי'ן מיטן עול הישיבה בפרט אין דעם גרויסן טאג פון כ' אייר, וועט די רבי משפיע זיין כל מיני ישועות ורפואות פאר יעדער וואס וועט נעמען א חלק אין דעם מצווה רבה.

נאך א ווארימע ניגון א הכנה האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש, אנהייבנדיג מיט א סיפור פונעם בעל ההילולא די טשערנאבילער מגיד און א סיפור וועגן נעמען געלט פון אידן. די רבי האט בראשית דבריו אפגעגעבן א שבח והודאה אז מען האט ב"ה מצליח געווען צו טרעפן א שטח וואס איז גאר פאסיג אויסגעשטעלט פאר'ן באנוץ פון די ישיבה גדולה.

די רבי האט באטאנט אז כאטש מען האלט שוין נאכן בעטן דעם עולם געלט, סיי פארן נייעם ביהמ"ד און די מקוה, די נייע סקווירא שטעטל און נאך פארשידענע צדקות וואס מען האט אפעלירט צום ציבור, איז א קידוש שם שמים צוזעהנדיג דעם "ישראל קדושים הם" וואו דער ציבור שטרענגט זיך איבער ווייטער צו געבן. דער רבי האט דערמאנט אז די מקום וועט זיך פירן אויף די הייליגע וועגן פונעם בעל ההילולא דער טשערנאבילער מגיד איז זיכער א זכות ארויסצוהעלפן אזא מקום ביומא דהילולא קדישא, וואס איז ווי באקאנט פון פריערדיגע א מסוגלדיגע טאג פאר השפעות טובות, און מסיים געוועהן מיט ברכת קדשו פאר אלע פארזאמלטע.

נאך די דברות קודש האט דער גאנצער עולם אינאיינעם געוואונשטן לחיים און דער רבי האט מכבד געוועהן בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א מיט ברכת המזון.

צום שלוס פונעם מעמד איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי די טויזענטער חסידים שלענגלען זיך פאר לענגערע שעות איבערצוגעבן די נתינות לידיו הקדושות פונעם רבי'ן, וועלכער האט יעדן ווארעם געוואונטשן במאור פנים. קרוב צו חצות הלילה איז געוועהן א הפסקה ווי מען האט געדאווענט מעריב און דערנאך איז מען ווייטער דורך ביז ארום צוויי אזייגער באנאכט ווען מען האט באגלייט דעם רבי'ן לביתו נאווה קודש בשירה ובזמרה.

די חסידים האבן ערהאלטן א מזכרת נצח דורך איינע פון די רבי'ס קינדער, שיירי מצה פונעם רבי'ן שליט"א, וואס איז געלעגן אינעם הייליגן קערה פונעם טשערנאבילער מגיד זי"ע ביים בעל שם טיש דעם יום טוב פסח, אין א הערליכע האלטער כראוי וכיאות.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ