היסטאריע: האד' מגור איז מתפלל ביים קבר רחל אין טאג פונעם יום הבהיר צום ערשטן מאל נאך דרייסיג יאהר

דינסטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


נעכטן אויפדערנאכט ליל ערב ראש חודש סיון דער יום הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז דער רבי אין א גאר זעלטענעם ערשיינונג ארויסגעפארן צום קבר רחל אמנו אין בית לחם, נאך קרוב צו דרייסיג יאהר זינט דאס לעצטע מאל דער רבי האט באזוכט ביים קבל רחל, אין יאהר תשנ"ו נאך איידערן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.

דער רבי איז אנגעקומען אויפן ארט אין באגלייטונג פון הרב שמואל ראבינאוויטש דער אפציעלער רב פון די מקומות הקדושים, די רבי האט דארט דארט מתפלל געוועהן א תפילה קצרה לישועתן של ישראל, אינעם יום המסוגל פון ערב ראש חודש, בו ביום פונעם יום ההולדת וואס געפאלט אויס היינט נאכט כ"ט אייר.

פריער אין טאג איז דער רבי אויך געוועהן אויף א תפילה ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית גור הרה"ק בעל אמרי אמת און בנו הרה"ק בעל פני מנחם זי"ע אין חצר פון ישיבת שפת אמת אין ירושלים, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן ביחידות א לענגערע וויילע יותר מהרגלו.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ