דינסטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט געהויבענע געפילן איז אפגעראכטן געווארן דעם ביקור מרומם אין שטאט לאס-אנזשעלעס, בצילא דמהימנותא פונעם גרויסן גאסט, כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וואס איז פארבעטן געווארן דורך די חסידישע קהילה און מוסדות אין שטאט, אויפצוטרעטן און משפיע זיין מהודו וזיוו פאר די תושבי העיר.
די נסיעה דורכ'ן רבי'ן קיין לאס-אנדזשעלעס איז א המשכה צו די ביקורי קודש דורך די צדיקים לבית קאשוי אנגעהויבן ביי הרה"ק בעל ברכת שמים מקאשוי זצוק"ל, און דערנאך דורך בנו וממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל בעל שיח חיים, און ווערט אצינד נמשך דורך יבלחט"א דער רבי שליט"א וועלכע מאכט יערליך דעם וועג אהין צו פראווענען דארט א שבת קודש בצוותא חדא בשבת אחים גם יחד, איבערלאזנדיג הויפענעס פון חיזוק והתרוממות פארן גאנצן יאר.
די רבי שליט"א האט געלאנדעט אין לאס אנדזשעלעס אום דאנערשטאג נאכמיטאג, פונעם לופטפעלד איז מען אריינגעפארן אין שטאט און גלייך צוגעפארן צו די אכסניא, בבית הנגיד ר' אפרים שמואל הלוי דויטש הי"ו.
אויפדערנאכט, ליל שישי איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן אין שטוב פון הרבני החסיד ר' יעקב טייטלבוים הי"ו, וואו עס האבן זיך אנגעזען א גרויסע ציבור תושבי העיר, אין שפיץ פון די רבני העיר, ראשי הכוללים און מערערע בני תורה לומדים און מרביצי תורה, חשוב'ע פילאנטראפן נדיבים בעם תומכי ומחזיקי תורה שיחי'.
דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן שיחות קודש, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע און ניגוני שבת. נאכן קבלת פנים האט מען געדאוונט תפלת מעריב ברוב עם און דער רבי האט פארגעזאגט ספירת העומר.
פרייטאג האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עץ חיים ווישניצא, וואו די רבי שליט"א איז אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורכן מרא דאתרא פון בית המדרש הגה"צ ר' חיים ברוך רובין שליט"א. נאך שחרית האט די רבי אפגעשטאט א ביקור ביים רב בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד.
ערב שבת נאכמיטאג איז אנגעקומען אויף א באזוך בבית אכסניא הרב הגאון רבי יוחנן העניג שליט"א רב פון די חסידי'שע כולל יחיאל יהודה, וועלכע איז געקומען מקבל פנים זיין און שלום נעמען.
דער שבת איז פאראיבער גאר געהויבן, דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אין די חסידי'שע כולל אין שטאט, כולל יחיאל יהודא.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרבני התורני רבי בערל ווייס שליט"א לרגל דעם שבת בעפאר די יארצייט פון אביו הרבני ר' משה ווייס ז"ל, און נאך תפילת ערבית און ספירת העומר זענען די מתפללים אריבער א לענגערע צייט געבן שלום און אנוואונטשן גוט שבת.
צו די באשטימטער צייט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת השולחן וואו עס האבן זיך אנגעזען א גרעסערע ציבור תושבי העיר, וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענם טיש.
נאכן זינגען די זמירות שבת האט די רבי משמיע געווען דברות קודש מיט לענגערע דברי דרוש און הדרכה ישרה. נאך ברכת המזון האט דער רבי האט טועם געווען פון די פירות און געטיילט פאר'ן גאנצן ציבור באזונדער. דערביי האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד שב"ק און ניגוני ל"ג בעומר.
שבת אינדערפרי ביים ליינען האבן עולה געוועהן די געסט און תומכי המוסדות. דער רבי האט עולה געוועהן שישי און געלאזט מאכן א מי שברך פאר די היימישע אידן תושבי העיר. די תומכי המוסדות און די אורחים החשובים.
תפילת מוסף האט געדאווענט הרבני הנגיד ר' בערל ווייס שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסארטיגע קידושא רבא אינאיינעם מיט א מעמד סיום הלכות מקוואות וואס איז געלערנט געווארן דורך די ארטיגע לומדי הכולל, וואו די רבי האט קידוש געמאכט ברוב עם, משמיע געוועהן דברות קודש בשבחם פון די עמלי בתורה. דערנאך האט אויפגעטראטן די מרא דאתרא הרה"ג רבי יוחנן העניג שליט"א וועלכע האט צווישן אנדערע מעלה געווען זכרונות פון די פריערדיגע באזוכן פון די צדיקים לבית קאשוי, און די הרגשים צו די יעצטיגע באזוך פון יבלחט"א די רבי שליט"א.
דער סעודה שבת באטאג האט דער רבי געפראוועט בבית האכסניא אינאיינעם מיט די געסט. שבת נאכמיטאג האט דער רבי אויפגעטראטן מיט א שיעור אין פרקי אבות, ווי עס האבן זיך צונויפגעזאמלט אידן פון אלע עקן שטאט צו הערן דעם דבר ה' ברמה. דער רבי שליט"א האט ביים שיעור ארומגערעדט א לענגערע צייט מיט וויכטיגע דברי הדרכה פאר די בני העיר, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די נקודה פון פאלגן א רב און א מורה הוראה.
ביים סעודת רעוא דרעוין ברוב עם, האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען די זמירות מיט גרויס התעוררות, און פארגעזאגט ה' מלך, און באזונדער שמע ישראל כמנהג המקום. ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי מוסר וכיבושין, און מסיים געווען בדברי חיזוק וברכות לרוב.
מוצאי שבת איז די רבי שליט"א ארויפגעגאנגען אין שטוב פון הנגיד הרה"ח ר' מאיר לייב ראזמאן הי"ו, ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה ברוב עם און דערנאך געזאגט ויתן לך.
מוצאי שבת איז פארגעקומען די סעודת מלוה מלכה ביי איינער פון די נגידי המוסדות, וואו מען האט פארברענגט מיט זמירות ותשבחות און די רבי האט פארציילט סיפורי צדיקים פונעם הייליגן נודע ביהודה זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם קומענדיגן וואך, און פון נאך פארשידענע צדיקים וחסידים.
אזוי אויך האט די רבי שליט"א מכבד געווען הרה"צ רבי דוד יהושע שוחט אבד"ק קהל חסידים לאס אנדזשעלעס בנו הגדול פון האדמו"ר מקארלין סטאלין צו דערציילן סיפורי צדיקים לכבוד סעודת מלוה מלכה.
זונטאג אינדערפרי איז פארגעקומען א רייכע סעודת פת שחרית וואס האט געדינט אלס באנקעט פאר אלע נדיבים בעם איבערן שטאט, וועלכע שטייען שוין לימין פון מוסדות קאשוי די לעצטע צען יאר.
במשך די מסיבה האבן אויפגעטראטן דער בעל האכסניא הנגיד ר' רפאל משה יוסף דויטש און דערנאך האט אויפגעטראטן מוה"ר יואל קלאר הי"ו מראשי הנהלת המוסדות וועלכע האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע רעפארט איבער די שטוינענדע הרחבת גבולי הקדושה פון די מוסדות אין ניו יארק באגלייט מיט די פונקטליכע ציפערן און פאקטן איבער דעם מאסיוון בודזשעט.
צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון די רבי שליט"א, וועלכע האט דערביי פארגעליינט א בריוו פונעם ספר אגרא דביה ר"ב, מכתבים פון הגה"ק מקאשוי זצ"ל ווי דער רב וואונטשט גאר שטארקע ספעציעלע ברכות פאר אלע תומכין דאורייתא, אזוי אויך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע משתתפים א י"ב מצה המסוגל, לשמירה והצלחה.
נאך די מסיבה איז די רבי שליט"א ארויף געגאנגען צו עטליכע נדיבים בעם לטובת די מוסדות הקדושים. און דערנאך האט די רבי שליט"א פאר לענגערע שעות נאכנאנד געפראוועט בבית האכסניא דעם ציבור תושבי העיר, וועלכע זענען אריינגעקומען מיט קוויטלעך לברך ולהתברך.
מאנטאג נאכמיטאג שעה'ן האט די רבי שליט"א באזוכט אין די שטאטישע תלמוד תורה ווי עס איז פארגעקומען אן הערליכע אויפנאמע, צוערשט האט די רבי שליט"א אויפגעטרעטן פאר די קינדער מיט דברי ברכה און הדרכה, און דערנאך האט דער מנהל הרב ר' יואל רוטנער שליט"א אויפגעטראטן מיט ווערטער און דערביי באגריסט דעם רבי'ן שליט"א.
אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן איז די רבי שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי בערל ווייס שליט"א, ווי עס איז געפראוועט געווארן די עריכת השולחן לכבוד פסח שני ווי עס האט זיך אויך באטייליגט כ"ק האדמו"ר מפיטסבורג שליט"א וועלכע האט אויך געוויילט אין שטאט, וואו די אדמור"ים האבן במשך די סעודה פארברענגט בשבת אחים.
דער בעל אכסניא ר' בערל שליט"א האט אויפגעטראטן מיט ווערטער און דערביי באגריסט דעם אורח הדגול. דורכאויס דעם טיש האט די רבי שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש וסיפורים, אזוי אויך פארבעטן די פיטסבורגער רבי שליט"א צו משמיע זיין דברות קודש, מען האט געזינגען פאסיגע ניגוני קודש, און נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א געהויבענע ריקוד "חסל סידור פסח".
נאך די סעודה איז הרבני הנגיד ר' בערל ומשפחתו אריין מיט א קוויטל בקודש, און געשנאדערט א פאנטאסטישע סכום לטובת המוסדות.
צומארגנס דינסטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אפגעפארן צום לופטפעלד אויפ'ן וועג קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה וואס וועט געוויס אויפהייבן דעם כח התורה והחסידות אין די שטאט לאס-אנזשעלעס.