שמחת הוואך נאכט און ברית מילה פון איר אייניקל ביי האד' מסאטמאר; אייניקל פון אבד"ק מנחת חינוך טארטיקוב

מאנטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין קרית יואל אידעם דעם דאנערשטאג פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקל פון זיין עלטסטן איידעם הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א מאלעסק אבד"ק אבני צדק, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וראה"כ מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א.

מיטוואך נאכט האט זיך דער רבי משתתף געוועהן ביים שמחת הוואך נאכט וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און הלכות בימי הספירה, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע בעלי השמחה. דערנאך האט מען געליינט קריאת שמע און דער רבי האט אנגעוואונטשן די יולדת.

אויפצומארגנס דאנערשטאג האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לכבוד די שמחה, ביים שמחת הברית איז די רבי מכובד געווארן מיט סנדקאות און מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יצחק' נאך די זיידע כ"ק האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.

ביים סעודת ברית האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און פאר די חשובע זיידעס, און דעם גאנצן ציבור, דער רבי האט דערנאך געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די קרובי המשפחה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ