מאנטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN
תלמידי וחסידי וויען און תושבי בארא פארק האבן די וואך מיטגעהאלטן א שיינעם שב"ק בצל כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט אויף שבת אינעם עיר ואם בישראל, און האט אפגעראכטן די דערהויבענע תפילות און ווארימע שלש סעודות אין די בנין פון מתיבתא עץ חיים דבאבוב, במקהלות עם רב.
ערב שבת צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די היכל המתיבתא און האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המנחה, נאך מעריב האט די רב פארגעזאגט ספירה בקול חוצב, און נאכן דאווענען איז מען דורך גוט שבת זאגן ווי דער רבי האט יעדן געוואונטשן במאור פנים.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א זיך וואונטשן א גוט שבת, די באבובער רבי איז קעגן געקומען דעם רבי'ן און מקבל פנים מיט גרויס ידידות, און מען האט א קורצע צייט ארומגעשמועסט בדברי תורה. די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט בבית האכסניא באופן פרטי.
שבת באטאג נאכן דאווענען איז די רבי אריבער בביתו נאווה קודש פונעם ברודער כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א ווי מען האט ארומגעשמועסט שיינע זכרונות בנועם שיח.
שבת נאכמיטאג האט א ריזן ציבור איבערגעפילט דעם באבובער מתיבתא ביים פרק שיעור, צווישן די אנשים חשובים האבן זיך אנגעזעהן הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב, און הרה"צ רבי דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, בין הדברים האט די רבי מרחיב געווען ביים שיעור בעניני אמונה ובטחון, און מעניני הפרשה, קדושת שבת, שמיטה און צדקה.
שפעטער ביי שלש סעודות האט זיך ווידער פארזאמלט א גרויסער עולם מיטצוהאלטן רעווא דרעווין, דער רבי האט משמיע געווען דברי אלוקים חיים און געבענטשט על הכוס, נאך מעריב איז די גאנצע ציבור דורך זאגן א גוטע וואך, דאן איז דער רבי אריבער צו הבדלה אין שטוב פון הנגיד רבי יצחק שרגא גראס הי"ו מגדולי תומכי המוסדות.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה די חברי וועד קרן הבנין פון ישיבה קטנה, ווי דער בעל אכסניא ר' יצחק שרגא הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין, און מען האט אונטערגעשריבן אויף די שטרות, שפעטער האט דער רבי אפגעראכטן די מלווה מלכה אויף א פריוואטע פארנעם אין שטוב פון איינער פון די נגידי המוסדות.