שטאט שיקאגא שעפט הויפענעס חיזוק ביי ביקור מרומם פון האד' מקאסאן בקרב העיר

זונטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


תושבי שיקאגא האבן מיטגעלעבט זעלטן דערהויבענע טעג בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, וועלכע האט געפראוועט דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר און די נאכפאלגענדע שבת אמור בקרב עדת תושבי העיר.

דער רבי איז געקומען צו פארן אויפן איינלאדענונג פון זיינע נאנטע קרובים כ"ק האחים האדמורי"ם מזידטשויב שליט"א, קינדער פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא זצ"ל, וואס איז אליינס געווען א קאסאניער אייניקל און א ידיד נעורים פונעם קאסאנער רבי'ן, וועלכע האלט אן גאר א נאנטן קשר מיט די זידטשויבער משפחה.

מיטוואך צופרי האט זיך דער רבי ארויסעגלאזט ממקום מושבו אין לינדען, ניו דזשערזי צום לופטפעלד, ווי דער רבי איז אפגעפלויגן קיין שיקאגא אין באגלייטונג פון אן ענגע צאל מקורבים. אנקומענדיג אין לופטפעלד אין שיקאגא, האבן אפגעווארט דעם רבינ'ס שוועסטער קינדער כ"ק האחים האדמורי"ם מזידיטשוב חורדוב און זידיטשוב שיקאגא שליט"א.

די ברודער האדמורים האבן שלום גענומען פון רבי'ן און האבן זיך הארציג באדאנקט אז דער רבי איז נעתר געווארן לבקשתם און איז געקומען מאציל זיין מהודו והדרו אויף די תושבי העיר וואס קוקן ארויס און לעכצן מיטצוהאלטן א ווארימע קאסאנ'ע שבת.

דער רבי איז תיכף צוגעפארן צו די אכסניא בבית האדמו"ר מזידטשוב חודרוב אויף א קורצע אפשטעל און איז דערנאך אנגעקומען אויף א באזוך אין די חסידישע ווייצטענער תלמוד תורה און אויפגעטראטן מיט דברות קודש פאר די קינדער אין בעפארברייטונג צום גרויסן טאג ל"ג בעומר, דערנאך זענען די קינדער דורך שלום נעמען און די רבי האט פארטיילט מטבעות לשמירה.

פארנאכט'ס האט דער רבי געדאווענט מנחה און מעריב אין ביהמ"ד זידיטשויב חודרוב, און נאך מעריב האט דער רבי אפגעראכטן די דערהויבענע מעמד ההדלקה אין חצר פון ביהמ"ד, ווי עס האבן זיך פארזאמלט א ריזן ציבור תושבי העיר, דאראונטער די רבנים און חשובע ראשי ישיבה פון שטאט. דער רבי האט געגאסן אויל און אנגעצינדן די מדורת אש און דאן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבדו התנא האלקי.

נאכן הדלקה האט דער רבי אפגעראכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא אין ביהמ"ד לכבוד היום און אויפגעטראטן מיט דברות קודש במשנתו של בעל הילולא. פארן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן און דער רבי איז געטאנצן מיט די ברודער די זידיטשובער רבי'ס. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געוועהן דער גדול האחים האדמו"ר מזידיטשוב חודרוב.

די שבת איז פאראיבער מיט גרויס דערהויבענקייט, ווי עס האבן זיך באטייליגט א גרויסן עולם פון שטאט, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע האבן געשעפט הויפנס חיזוק און התעלות נאכן מיטלעבן אזא דערהויבענע שבת במחיצת הקודש.

אין לויף פון די קומענדיגע טעג וועט דער רבי ארויפגיין לבתי נדיבים בעם אין שטאט, אויפצוטרייבן גרויסע נדבות, כדי צו קענען פארענדיגן דעם ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי קאסאן אין שטאט לינדען, וועלכע האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען פון פארענדיגט ווערן כליל בהדרה.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ